אַנומלטן הערט זיך ווידער פֿון אַלע זײַטן די ידיעה וועגן דער „אַראַבישער שלום-איניציאַטיוו‟ — די זעלבע יענטע, נאָר אַנדערש געשלייערט. די זעלבע גוזמאות וואָס באַגלייטן יעדע שלום-איניציאַטיוו — אומאָפּהענגיק, ווי געראָטן אָדער נישט געראָטן זי איז — ווערן זיי אַראָפּגעשלעפּט פֿונעם בוידעם; „אַ געלעגנהייט וואָס וועט זיך נישט אומקערן‟, „זייער אַ וויכטיקער טריט‟, „מע טאָר נישט אָפּשטויסן די אויסגעשטרעקטע האַנט‟ א.ד.ג.ל.
עס איז גאָר אינטערעסאַנט, אַז ווי נאָר עס גייט די רייד וועגן דעם שלום-פּראָצעס ווערט די טערמינאָלאָגיע עטוואָס מיסטיש: טרוימען, גלויבן, האָפֿן.
עס וואָלט זיך גיכער געלייגט אויפֿן שׂכל, אַז אַ שלום־אָפּמאַך מוז באַטראַכט ווערן קאַלט און שׂכלדיק, אויסמײַדנדיק, ווי ווײַט מעגלעך, פּניות און עמאָציעס.
ס’רובֿ מענטשן וואָלטן נישט דערלאָזט, אַז אַ „טרוימער‟ זאָל פֿאַרקויפֿן זייער אויטאָ, אָבער צוליב עפּעס אַ סיבה האָבן „טרוימערס‟ זייער אַ גוטן שם אין אַלץ וואָס שייך שלום־פּראָצעסן. און אַז דער „טרוימער‟ הייסט קאַטאַר איז דאָס גאָר שלעכט.
לאָמיר אָפּלייגן די טרוימען אויף אַ ווײַל און פּרוּוון פֿאַרשטיין אין וואָס עס האַנדלט זיך אין דער קאַטאַרער שלום-איניציאַטיוו.
די איניציאַטיוו באַשטעטיקט, אַז די גרענעצן צווישן ישׂראל און דער צוקונפֿטיקער פֿאַלאַסטין מוזן פֿאָלגן די „גרינע ליניע‟; די ליניע וואָס האָט צעטיילט די מאַנדאַטאָרישע ארץ-ישׂראל אויף ישׂראל און די ירדנישע אָקופּירטע שטחים, וואָס ווערן גערופֿן „דער מערבֿדיקער ברעג‟. די פֿרישע איניציאַטיוו דערלאָזט „קליינע אויסטוישן‟ פֿון טעריטאָריעס אויסער די גרענעץ־ליניעס פֿון 1949.
איין פּרט וואָס ווערט כּסדר פֿאַרשוויגן אין ישׂראל, אָבער ער איז זייער וויכטיק איז, וואָס לויט דער איניציאַטיוו דאַרף די פּליטים-פּראָבלעם געלייזט ווערן, פֿאָלגנדיק דעם באַשלוס נומער 197 פֿון דער „יו־ען‟.
כּדי צו פֿאַרשטיין ווי „נאָוואַטאָריש‟ איז די איצטיקע איניציאַטיוו, איז גענוג צו וויסן, אַז דער באַשלוס נומער 197 איז אָנגענומען געוואָרן דעם 11טן דעצעמבער, 1948. די פּליטים ווערן דערמאָנט אין דעם עלפֿטן פּאַראַגראַף: „…די פּליטים, וועלכע ווילן זיך אומקערן אין זייערע הײַזער און לעבן בשלום מיט זייערע שכנים, מעגן זיך אומקערן ווי פֿרי ס‘איז מעגלעך. פֿאַר דעם האָב-און-גוטס פֿון די פּליטים וואָס וועלן נישט וועלן זיך אומקערן, וועט געצאָלט ווערן אַ פֿאַרגיטיקונג…‟
די רעכט פֿונעם צוריקקום איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם רעשט פֿון דער איניציאַטיוו. עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז ישׂראל באַטראַכט דעם אומקער פֿון אַ גרויסער מאַסע פּליטים (די צאָל פּאַלעסטינער פּליטים באַטרעפֿט מער-וויניקער פֿיר מיליאָן נפֿשות) ווי אַ פֿאַרניכטונג הלכה-למעשׂה פֿון דער ייִדישער מדינה.
נאָך מער, איינער פֿון די שטאַרקסטע אַרגומענטן פֿאַר דער לייזונג — צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער — איז, וואָס אַ באַזונדערע אַראַבישע מדינה וועט פֿאַרזיכערן די ייִדישע מערהייט אין מדינת-ישׂראל גופֿא.
עס איז דערווײַל שווער צו זען, אַז וועלכע עס איז ציוניסטישע פּאַרטיי זאָל מסכּים זײַן אַרײַנצולאָזן אין לאַנד די פּאַלעסטינער פּליטים. אָבער די שוועריקייטן אין דער איניציאַטיוו ענדיקן זיך נישט דערמיט; דער ענין גרענעצן איז אויך פֿאַרוויקלט; לייענענדיק דעם קורצן נוסח פֿון דער איניציאַטיוו, קומען אויף עטלעכע פֿראַגעס:
וואָס מיינט „קליינע טעריטאָריעלע בײַטן‟?
וועלכע שטחים קען ישׂראל איבערגעבן אין די הענט פֿון די פּאַלעסטינער? די אַראַבישע בירגער פֿון ישׂראל, וואָס לעבן בײַ דער גרינער ליניע, ווערן דאָך נישט באַגײַסטערט פֿון דעם געדאַנק, אַז זיי וועלן פֿאַרלאָזן אַ מערבֿדיקע מדינה און לעבן אין דער אָפּגעשטאַנענער אַראַבישער וועלט.
וווּ, אייגנטלעך, ציט זיך די גרינע ליניע? מע האָט שוין פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר דער זעקס-טאָגיקער מלחמה איז אָנגעגאַנגען אַ סיכסוך איבער די גרענעצן מיט דרײַ שכנות: מיט עגיפּטן, איבער אודזשאַ-על-כאַפֿיר (ניצנה) און אַ קליינעם שטח צווישן עזה און אַשקלון; מיט סיריע איבער די שטחים אויף דעם מערבֿ-ברעג פֿון ירדן און איבער פֿישפֿאַנג אין כּנרת; מיט ירדן איבער טיילן פֿון ירושלים און לאַטרון.
ווי קען מען פֿאַרזיכערן דעם שלום מיט לבֿנון?
„כעזבאָלאַ‟ פֿאָדערט צו אַנעקסירן זיבן שיִיִטישע דערפֿער, פֿון וועלכע די אײַנוווינער זענען אַנטלאָפֿן און זיי זענען צעשטערט געוואָרן נאָך אין יאָר 1948.
דאָס וואָס די דערפֿער עקזיסטירן נישט און זייערע אײַנוווינער זענען גלײַכבאַרעכטיקטע לבֿנונישע בירגער (אין קעגנזאַץ צו די פּאַלעסטינער) מאַכט נישט קיין רושם אויף כאַסאַן נאַסראַלאַ.
נאָך אַ שטרויכלונג אין דעם דערנער-וועג פֿון דער איניציאַטיוו איז דער פֿאַקט, וואָס מע בינדט צונויף דעם פּאַלעסטינער ענין מיטן סירישן; לויט דער איניציאַטיוו, מוז ישׂראל אומקערן דעם גולן צו סיריע. עס איז דאָ אַ ספֿק, צי סיריע וועט עקזיסטירן אין אַ פּאָר יאָר אַרום און צי עס וועט זיך אײַנגעבן צו דערגיין אַ טאָלק מיט אירע מנהיגים.
דער ענין גרענעצן וואָס האָט געזאָלט זײַן, לכאורה, זייער תּכליתדיק, איז געבליבן נאָך אַלץ פֿאַרנעפּלט. דערצו, ווערן די זיכערהײט־באַדערפֿענישן פֿון ישׂראל נישט דערמאָנט. די גרעסטע מורא פֿון ישׂראל איז, וואָס אַלערליי סאָרטן געווער, בתוכם ראַקעטן, וועלן אָנגעשטעלט ווערן האַרט בײַ די ראַנדן פֿון ירושלים, כּפֿר-סבא, פּתּח-תּקוה און עפֿולה.
נאָך אַ שוועריקייט: עס איז נישט קלאָר, ווי די „אַראַבישע ליגע‟ האָט בדעה צו פֿאַרזיכערן, אַז אַלע אַראַבישע לענדער, אָן אַן אויסנאַם, וועלן אונטערשרײַבן און אָפּהיטן דעם שלום-אָפּמאַך מיט ישׂראל.
און דאָס „ווײַסע הויז‟? עס באַנאַרישט זיך ווידער.
דזשאָן קערי נעמט אויף דעם קאַטאַרער עמיר מיט גרויס כּבֿוד. אַמעריקע רעדט זיך אײַן, אַז קאַטאַר, דער שטיצער פֿון „כאַמאַס‟, וועט שפּילן אַ פּאָזיטיווע ראָלע. עס איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרוואָס דזשאָן קערי, דער מלוכישער סעקרעטאַר, איז באַזאָרגט וועגן דער פֿאַרפֿרירונג אין דעם שלום-פּראָצעס, אָבער, דאַכט זיך, אַז דאָס ערגסטע איז צו דערלאָזן קאַטאַר, דאָס פֿרישע קאָך-לעפֿל, און אַנדערע אַראַבישע מדינות צו זאָגן מבֿינות וועגן דעם ווי עס דאַרף אויסזען דער שלום־אָפּמאַך צווישן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ און ישׂראל.
דערלאָזן די אַנדערע אַראַבישע מדינות זיך אַרײַנמישן, הייסט, אַז דער האַרמידער וועט זיך צעוואַקסן און דער קאָנפֿליקט וועט אָנגיין ווי פֿריִער, אויב נישט ערגער.
עס קען גרײַלעך זײַן, אַז דער קאָנפֿליקט, וואָס טראָגט הײַנט אַ לאָקאַלן כאַראַקטער, וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ רעגיאָנעלער, רעליגיעזער, עטנישער מלחמה, ווי אין סיריע.
וואָס ווײַטער פֿון קאַטאַר און סאַודיע — איז אַלץ בעסער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.