מײַ איז דער אָפֿיציעלער חודש פֿון דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה — אַ געשעעניש, וואָס פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש האָט געהאַט אײַנגעפֿירט אין יאָר 2006, און וואָס פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט פֿאַראַיאָרן באַצייכנט מיט אַ שׂימחהלע אינעם „ווײַסן הויז‟.
הײַיאָר, צוליב דעם שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ, וועט דאָס „ווײַסע הויז‟ נישט פֿײַערן קיין שׂימחות, אָבער במשך פֿונעם חודש קומען פֿאָר אַ צאָל אַקטיוויטעטן לכּבֿוד דער ייִדישער קולטור־געשיכטע אין אַמעריקע. (די גאַנצע רשימה קען מען געפֿינען אויפֿן אַדרעס, www.jahm.us/view_events.aspx)
* דינסטיק, דעם 7טן מײַ, פֿון 12 ביז 1:30 נאָך מיטאָג, וועט אין דער מוניציפּאַליטעט פֿון סאַן־האָזע, קאַליפֿאָרניע, פֿאָרקומען אַן אויסשטעלונג, וואָס באַערט 50 יאָר פֿון דער אָרטיקער שיל, „בית־דוד‟. מע וועט אויך אויפֿהייבן די ישׂראלדיקע פֿאָן און פֿאַרבעטן דעם ברייטן עולם צו אַ כּשרן מיטאָג און מוזיק אינעם שטאָט־בנין.
* דאָנערשטיק, דעם 9טן מײַ, פֿון 7 ביז 9:00 אין אָוונט, וועט דער „ביוראָ פֿון די נאַציאָנאַלע אַרכיוון‟ דורכפֿירן אַ פּראָגראַם לכּבֿוד גערטאַ ווײַסמאַן קלײַן — אַ באַקאַנטע מחברטע, מענטשנרעכט־אַקטיוויסטקע און אַ לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע האָט אין יאָר 2011 באַקומען אַן ערן־מעדאַל פֿון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. מע וועט ווײַזן דעם HBO־דאָקומענטאַלן פֿילם פֿון איר לעבן, One Survivor Remembers (אַ לעבן־געבליבענע דערמאָנט זיך), וואָס האָט געוווּנען אַן „אָסקאַר‟, און פֿרוי קלײַן וועט דערציילן איר געשיכטע און אונטערשרײַבן איר אויטאָביאָגראַפֿיע, All But My Life: A Memoir. די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אינעם בנין פֿון די נאַציאָנאַלע אַרכיוון, אין וואַשינגטאָן.
* אַ שרײַב־קאָנקורס פֿאַרבעט מיטלשול־תּלמידים איבערן לאַנד אָנצושרײַבן אַן עסיי אויף דער טעמע, „וועלכער אַמעריקאַנער ייִד מאַכט אויף אײַך דעם גרעסטן רושם?‟ דער געווינער פֿונעם ערשטן פּריז וועט באַקומען 180$, און דער געווינער פֿונעם צווייטן פּריז — 100$. די שולן, וווּ זיי לערנען זיך וועלן אויך אָנערקענט ווערן, און ביידע תּלמידים וועלן באַקומען אַ מעדאַל פֿון דער „ייִדישן־אַמעריקאַנער פֿאָלקס־כּבֿוד גאַלעריע‟.
* דער „מוזיי פֿון די טענעמענט־הײַזער אויפֿן איסט סײַד‟, אין מאַנהעטן, פֿאַרבעט די באַזוכער צו איר נײַער אויסשטעלונג, Shop Life (דאָס געשעפֿט־לעבן), וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿון האַנדל אין דרום־מאַנהעטן, דורך דער געשיכטע פֿון אַן אַמאָליקן טענעמענט־הויז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.