אינעם „נצחון־טאָג‟, וואָס פֿאַלט הײַיאָר אויס דעם דאָנערשטיק, וועלן די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי — ווי יעדעס יאָר — אָנטאָן זייערע אַמאָליקע אוניפֿאָרמען, באַדעקט מיט די בראָנדזענע און זילבערנע מעדאַלן, און מאַרשירן אינעם פּאַראַד, פֿײַערנדיק דעם נצחון איבער די נאַציס.
נאָך דעם וועלן זיי זיך אומקערן צו זייערע באַשיידענע דירות, און לעבן פֿון טאָג צו טאָג אין עלנט און אָרעמקייט.
בערך 500,000 ייִדן האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ פֿון די, וועלכע לעבן נאָך — בערך 7,000 — וווינען אין ישׂראל.
„די צערעמאָניעס זענען זייער שיין. מענטשן קומען צו און זאָגן שיינע ווערטער. אָבער שיינע ווערטער ברענגען נישט קיין עסן אין טעלער,‟ האָט באַמערקט אַבֿרהם מיכאל גרינזײַד, דער 87־יאָריקער הויפּט פֿון די סאָוועטישע מלחמה־וועטעראַנען.
אַ טייל פֿון די, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי האָבן געדינט אין די העכסטע עשעלאָנען. בערך 200,000 סאָוועטישע ייִדישע סאָלדאַטן זענען אומגעקומען אין שלאַכט אָדער אין געפֿאַנגענשאַפֿט אונטער די נאַציס. די וועלכע האָבן עס איבערגעלעבט, האָבן אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ: געשאַפֿן משפּחות און קאַריערעס אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ביז דער קאָמוניסטישער רעזשים איז אײַנגעפֿאַלן און אַ סך האָבן זיך איבערגעקליבן אין דער ייִדישער מדינה.
זיי האָבן געגרינדעט דאָ אַ וועטעראַנען־פֿאַרבאַנד און געעפֿנט 50 צווײַגן איבערן לאַנד. הײַנט זענען ס׳רובֿ פֿון די וועטעראַנען כּמעט 90 יאָר אַלט, אָבער זיי פֿאַרזאַמלען זיך רעגלמעסיק אויף לעקציעס און קאָנצערטן. אַ טייל פֿון זיי טרעט אויף מיט די 42 וועטעראַנען־כאָרן איבערן לאַנד.
אין ישׂראל וווינט דער גרעסטער פּראָצענט לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן אין דער וועלט, און מע באַערט די געליטענע און די פּאַרטיזאַנער מיט פֿאַרשידענע הזכּרה־צערעמאָניעס. אָבער נישט ביז לעצטנס האָט די ייִדישע מדינה אָנגעהויבן באַערן די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען פֿון דער רויטער אַרמיי.
וואָס איז די סיבה דערפֿאַר? אַ סך פֿון די וועטעראַנען האָבן עולה געווען בלויז מיט 20 יאָר צוריק, און מע הייבט ערשט איצט אָן צו פֿאַרעפֿנטלעכן די וויכטיקע מלחמה־אַרכיוון. דאָס דערלויבט די פֿאָרשער צו אַנטפּלעקן די גרויסע ראָלע, וואָס די ייִדישע סאָלדאַטן האָבן געשפּילט אינעם באַקעמפֿן די נאַציס, האָט דערקלערט יצחק ארד, אַן עקספּערט אין דער געשיכטע פֿון דער רויטער אַרמיי.
פֿאַראַיאָרן האָט ישׂראל אויפֿגעשטעלט איר ערשטן מאָנומענט לכּבֿוד די סאָוועטישע ייִדישע סאָלדאַטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און מע האַלט אין מיטן בויען אַ מוזיי לכּבֿוד זיי.
אָבער גרינזײַד טענהט, אַז געוויסע סאָוועטישע מלחמה־וועטעראַנען אין ישׂראל באַקומען בלויז 50$ אַ חודש פֿון דער רעגירונג. ראָמאַן יאַגעל, דער הויפּט פֿון אַ צווייטער גרופּע סאָוועטישע וועטעראַנען, זאָגט אָבער, אַז די וועטעראַנען באַקומען יאָ ברייטהאַרציקע סטיפּענדיעס פֿון ישׂראל, און ער באַשולדיקט גרינזײַד אין אויספּרעסן סטיפּענדיעס פֿאַר וועטעראַנען, וועלכע האָבן נישט געקעמפֿט אויפֿן פֿראָנט — אַ בײַשפּיל פֿון די ביטערע ראַנגלענישן צווישן די סאָוועטישע וועטעראַנען־גרופּעס אַליין.
די שארית־הפּליטה ווערט אָפֿט פֿאַרבעטן צו דערציילן וועגן זייערע גרויליקע איבערלעבונגען בעת דעם חורבן, אָבער די סאָוועטישע וועטעראַנען האָבן זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט העברעיִש, ווײַל זיי זענען אָנגעקומען קיין ישׂראל אין די עלטערע יאָרן; דערפֿאַר ווייסן אַזוי ווייניק ישׂראלים זייערע געשיכטעס.
מאַטוויי גערשאַם, אַן 87־יאָריקער וועטעראַן, האָט געהאָלפֿן באַפֿרײַען מײַדאַנעק. ער פֿלעגט מאַרשירן אין די פּאַראַדן צום „נצחון־טאָג‟, טראָגנדיק זײַנע מעדאַלן, אָבער די ישׂראלדיקע יונגע לײַט אויף דער גאַס פֿלעגן ווײַזן אויף אים און לאַכן.
„זיי האָבן אים באַטראַכט ווי עפּעס אַ פּאַיאַץ,‟ האָט באַמערקט זײַן טאָכטער, רימע. „איצט שעמט ער זיך אַרויסצוגיין מיט די מעדאַלן. זיי פֿאַרשטייען עס בכלל נישט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.