גאַבריעל גיפֿאָרדס, די געוועזענע אַריזאָנער קאָנגרעספֿרוי, איז זונטיק באַערט געוואָרן מיט דער „קוראַזש־פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן פֿ. קענעדי‟.
גיפֿאָרדס, וועלכע איז געוואָרן אַ געטרײַע שטיצערין פֿון שטרענגן וואָפֿן־קאָנטראָל, נאָכן אַליין ווערן שווער פֿאַרוווּנדיקט אין קאָפּ אינעם יאָר 2011, איז געלויבט געוואָרן פֿאַר איר קוראַזש, בײַם היילן זיך פֿון דעם אומגליק און בײַם קעמפֿן צו רעדוצירן די בלוט־פֿאַרגיסונג דורך שטרענגערע וואָפֿן־געזעצן.
די צערעמאָניע איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער „דזשאָן פֿ. קענעדי פּרעזידענטישער ביבליאָטעק און מוזיי‟ אין באָסטאָן.
אָנהייב־2013 האָט גיפֿאָרדס מיט איר מאַן — דער געוועזענער אַסטראָנאָט, מאַרק קעלי — געגרינדעט אַ לאָבי צו העלפֿן דורכפֿירן שטרענגערע געזעצן פֿאַר וואָפֿן־קאָנטראָל.
„הײַנט גיבן מיר אָפּ כּבֿוד אַ פֿרוי, וועלכע אינספּירירט די גאַנצע וועלט,‟ האָט דערקלערט קאַראָלין קענעדי, די פּרעזידענטין פֿון דער „פֿונדאַציע פֿון דער דזשאָן פֿ. קענעדי ביבליאָטעק‟, וועלכע טיילט אויס די פּרעמיע.
„איך האַלט, אַז מיר קענען אַלע געפֿינען קוראַזש אין זיך,‟ האָט גיפֿאָרדס געזאָגט בעת דער צערעמאָניע. „הלוואַי וואָלט מען געזען מער קוראַזש אינעם קאָנגרעס,‟ האָט זי צוגעגעבן, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דעם, וואָס דער סענאַט האָט אין אַפּריל אָפּגעוואָרפֿן אַ וואָפֿן־קאָנטראָל־געזעץ, וועלכער וואָלט פֿאַרזיכערט אַ שטרענגערע אויספֿאָרשונג פֿון אַלע געווער־קונים.
בעת איר באַזוך אין באָסטאָן, האָבן גיפֿאָרדס און קעלי אויך מבֿקר־חולה געווען די געליטענע פֿון די אַטאַקן בײַם באָסטאָנער מאַראַטאָן.
גיאָרדס, אַ דעמאָקראַט, איז געווען די ערשטע ייִדישע פֿרוי צו ווערן דערוויילט צו אַ פֿעדעראַלן אַמט אין אַריזאָנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.