קלאָץ-קשיאות פֿון ברײַטאָן-ביטש

Rhetorical questions of a Brighton Beach dweller

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 07, 2013, issue of May 24, 2013.

ברײַטאָן-ביטש־עוועניו
ברײַטאָן-ביטש־עוועניו

שוין צען יאָר ווי איך פֿאַרברענג בערך פֿופֿציק פּראָצענט פֿון יעדן „יאָרגאַנג‟ אין מײַן דירה, וואָס געפֿינט זיך בײַם אָקעאַן, אין ברײַטאָן-ביטש. דאָס איז, ווי אַלע ווייסן, אַ רוסיש-רעדנדיקע געגנט, אַזוי אַז מײַן טעלעוויזיע איז באַזאָרגט מיט רוסישע קאַנאַלן אויך. די דאָזיקע שורות שרײַב אין זונטיק, ווען די פּראַוואָסלאַוונע וועלט פֿײַערט איר פּאַסכע. אין ברײַטאָן-ביטש זעט מען עס זייער גוט, ווײַל די געגנט האָט שוין היפּש פֿאַרלוירן איר אַמאָליקן ייִדישן „טעם‟ — אַ גרויסער טייל פֿון איר הײַנטיקער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון רוסן, אוקראַיִנער, ווײַסרוסן, גרוזינער, וכדומה-יש. הקיצור, פּאַזע דעם גאַנצן ברײַטאָן-ביטש-עוועניו פֿאַרקויפֿט מען געפֿאַרבטע אייער און אַנדערע זאַכן, וואָס מע דאַרף פֿאַר דער פּאַסכע.

און די רוסישע טעלעוויזיע, וואָס ברענט ווי אַ נר-תּמיד בײַ די וועלכע קענען ניט קיין ענגליש, איז איצט פֿול מיט גלחים, איקאָנעס און אַנדערע פּראַוואָסלאַוונע זאַכן. ירושלים, ווי דער הייליקער קריסטלעכער צענטער, איז די גאַנצע צײַט אויפֿן עקראַן. מע ווײַזט אויך די פֿירער פֿון דער רוסישער מלוכה, ווי זיי קומען אין דער גרעסטער מאָסקווער צערקווע (ווי די מיידלעך פֿון „פּוסי-רײַאָט‟ האָבן בשעתּם געמאַכט זייער סענסאַציאָנעלע פֿאָרשטעלונג).

מע קומט, פֿאַרשטייט זיך, מיט ווײַבער. אָבער פּוטין איז אַליין. זײַן ווײַב זעט מען כּמעט ניט. זי באַווײַזט זיך איין מאָל אין אַ פּורים (פּינקטלעכער, אין אַ ניטל), און שוין. די טעכטער זײַנע האָט מען בכלל קיין מאָל ניט געזען. מע ווייסט אַפֿילו ניט, צי זיי געפֿינען זיך אין רוסלאַנד אָדער מחוץ-לאָרץ. אָבער די רוסישע מעדיאַ סמייעט, דערוועגט זיך ניט צו דערמאָנען די דאָזיקע פֿינצטערע פּוסטקייט אַרום דעם רוסישן פּרעזידענט.

וווּ נאָך איז אַזאַ (פֿאַר)שווײַגן מעגלעך? אין צפֿון-קאָרעע? ניט לאַנג צוריק האָט פּוטין געענטפֿערט אויף פֿראַגעס, וואָס שיִער ניט דאָס גאַנצע לאַנד האָט אים געשטעלט אין משך פֿון איבער פֿיר שעה. אָבער קיינער האָט אים ניט געפֿרעגט וועגן זײַן משפּחה. סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין אַנדערע לענדער איז מיט יאָרהונדערטער צוריק געווען אַזאַ זאַך: מלכים פֿלעגן פֿאַרשיקן זייערע „אָפּגעדינטע‟ ווײַבער אין אַ מאָנאַסטיר. איז עס אַ סימן-מובֿהק, אַז רוסלאַנד געהערט עד-היום צו אַן אַנדער ציוויליזאַציע, נאָך אַלץ אַ מיטל־עלטערלעכע, פֿון וועלכער מע דאַרף זיך האַלטן וואָס ווײַטער?

***

איך האָב אַ פֿרײַנד, וואָס זײַן ברודער האָט אַ שווערע פֿאָרעם פֿון אָטיזם. האָט מיר דער פֿרײַנד דערציילט, אַז איינע פֿון די שווערסטע זאַכן (לכל-הפּחות פֿאַר אים) איז אויסצוהאַלטן דעם ברודערס טבֿע צו קאָנצענטרירן זיך אויף איין פֿראַגע און דערגיין אַלעמען די יאָרן מיט איר. אַ שווערע פֿאָרעם פֿון אָטיזם איז כאַראַקטעריש אויך פֿאַר דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. איך האָב שוין מורא אײַנצושליסן די נײַעס, ווײַל איך ווייס, אַז מע וועט מיך באָמבאַרדירן מיט כּלערליי קלייניקייטן מכּוח די באָסטאָנער ברידער, זייער משפּחה און זייערע פֿרײַנד (און, אין אַ געוויסן זין, מיטהעלפֿער). איך פֿאַרשטיי, אַז דאָס איז אַ וויכטיקער ענין, אָבער עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע וויכטיקע — און, בלי-ספֿק, וויכטיקערע — ענינים, וועגן וועלכע מע דאַרף אינפֿאָרמירן דעם עולם.

ווייסט איר, אַ שטייגער, עפּעס וועגן די סיבות, וועלכע האָבן געפֿירט צו דער טראַגישער געשעעניש אין דעם טעקסאַס־שטעטל וועסט, וווּ עס האָט זיך אויפֿגעריסן אַ גאַנצע פֿאַבריק? דאָרטן זײַנען אומגעקומען 14 מענטשן און צוויי הונדערט זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַ היפּשער טייל פֿון דער שטאָט איז פֿאַרבליבן אין גאַנצן רויִנירט. אָבער וועגן דעם, ווי איך האָב שוין געהאַט געשריבן, איז גאָרנישט, צי כּמעט גאָרנישט, אַחוץ דער טרויער-צערעמאָניע, נישט געזאָגט געוואָרן. פֿאַר וואָס? צי די זשורנאַליסטן זײַנען אָטיסטיש? צי מיר זײַנען אָטיסטיש?

***

אין ברײַטאָן-ביטש און קאָני-אײַלענד (אָדער „קוני-אײַלענד‟, ווי מע האָט עס אַמאָל גערופֿן אויפֿן ייִדיש) גייט הײַנטיקע טעג אָן אַ גרויסע בויוּנג. מע אַרבעט טאָג ווי נאַכט, קײַלעכדיקע מעת-לעתן. אויף דער פּלאַזשע מוזן אין אַ חודש אַרום אויסוואַקסן פֿיר נײַע טואַלעטן אָדער — טאָמער מע באַנוצט זיך מיט אַ לײַטיש לשון — „קאָמפֿאָרט-סטאַנציעס‟. לויט דעם ווי מע בויט זיי, די דאָזיקע „סטאַנציעס‟, וועלן דאָס זײַן ממש פּאַלאַצן. אפֿשר וועט מען זיי גאָר פֿאַרדינגען צו פּראַווען דאָרטן שׂימחות. אין ניו-יאָרק קומט, בכלל, עפּעס פֿאָר מיט טואַלעטן. איז אײַך שוין אויסגעקומען צו זען די גרויסע בויוּנג אין וואַשינגטאָן-סקווער? אפֿשר איז עס אַ שפּור, וואָס מײַקל בלומבערג וויל איבערלאָזן נאָך זיך אין דער ניו-יאָרקער לאַנדשאַפֿט?

די טעג בין איך געווען בײַ אַ ציין-דאָקטער, וואָס גריבלט זיך אין ברײַטאָן-ביטשער מײַלער שוין אַ יאָר דרײַסיק, זינט ער איז געקומען אַהער פֿון קאַזאַכסטאַן. מיט אַ ציין-דאָקטער רעדט מען אַן ערך אַזוי ווי מיט דער פֿרוי: מע זיצט מיט אַן אָפֿענעם מויל, מע הערט אויס אַ מאָנאָלאָג, און מע ווערט פֿון דעם קליגער. האָט ער, איזי — אַזוי הייסט ער, מיך קליגער געמאַכט, דערציילט, אַז אויף די טואַלעטן האָט מען אויסגעטיילט דרײַ מיט אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר און אַז מאַכן מאַכט עס אַ קאָמפּאַניע, באַזירט אַזש אין קאַליפֿאָרניע. הקיצור, דער ברײַטאָן-ביטשער עולם האָט שוין וועגן וואָס צו רעדן.

איך בין זיכער, אַז די גאַנצע פּלאַזשע וועט נאָך אָט דער בויוּנג אויסזען ווי אַ ליאַלקע. און דאָך: איז עס די ריכטיקע צײַט אַרײַנצולייגן אַזוי פֿיל כּוח אין דער דאָזיקער באַקוועמלעכקייט, ווען מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע הײַזער בעת דעם הוראַגאַן „סענדי‟, בלײַבן נאָך אַלץ אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ?