דיסעלדאָרף, דײַטשלאַנד. — אַ מאָדערנע ווערסיע פֿון ריכאַרד וואַגנערס אָפּערע „טאַנהויזער‟ האָט אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל אין דײַטשלאַנד צוליב דעם, וואָס זי ווערט באַגלייט מיט סצענעס פֿונעם נאַצי-גענאָציד — ווײַזנדיק, למשל, ווי די מענטשן ווערן דערשטיקט אין גאַז-קאַמערן און ווי מיטגלידער פֿון אַ משפּחה גאָלט מען אָפּ, איידער זיי ווערן פֿאַרניכטעט.
דינסטיק, דעם 7טן מײַ, האָט מאָניקאַ דאָל, די וואָרטזאָגערין פֿונעם דיסעלדאָרפֿער אָפּערע-הויז איבערגעגעבן, אַז בעת דער פּרעמיערע, דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת, איז דער פֿאַרזאַמלטער עולם געוואָרן שאָקירט און אָנגעהויבן שרײַען. דאָל האָט צוגעגעבן, אַז די מוזיקאַלישע פֿירמע „דײַטשישע אָפּערע אויפֿן רײַן‟ באַטראַכטן איצט, צי מע זאָל אַרויסנעמען די סתּירותדיקע עלעמענטן, וואָס דער פּראָדוסער בורקהאַרד קאָסמיניסקי האָט צוגעגעבן צו וואַגנערס אָריגינאַל.
מיכאל סענטײַ-הײַזע, דער ראָש פֿון דער דיסעלדאָרפֿער ייִדישער קהילה, האָט געטענהט, אַז די נײַע אַדאַפּטאַציע פֿון דער אָפּערע איז אַן „עקלדיקע‟ און „אומלעגיטימע‟. אין אַן אינטערוויו דער נײַעס-אַגענטור „אײַ-פּי‟ האָט ער דערציילט, אַז דער עולם האָט אָנגעהויבן פֿאַרלאָזן דעם זאַל מיט פּראָטעסט-געשרייען, קלאַפּנדיק מיט די טירן אינמיטן דער אָפּערע.
דער רעזשיסאָר, קריסטאָף מייער, האָט געמאָלדן, אַז די שאַפֿער פֿון דער אָפּערע האָבן בשום-אופֿן נישט געוואָלט באַליידיקן די צוקוקער. אַדרבה, האָט ער דערקלערט, האָט מען עס געמיינט ווי אַ סימבאָל פֿון אַבֿלות, נישט צו מאַכן חוזק פֿון די חורבן-קרבנות.
די געשעענישן אין וואַגנערס אָפּערע קומען פֿאָר אין דער מיטל-עלטערלעכער תּקופֿה, אויפֿן סמך פֿון אַ טראַדיציאָנעלער פֿאָלק-באַלאַדע וועגן דעם זינגערײַ־פֿאַרמעסט פֿונעם פּאָעט טאַנהויזער. די אָפּערע איז צום ערשטן מאָל געוויזן געוואָרן אין דרעזדען, אינעם יאָר 1845. סענטײַ־הײַזע האָט באַמערקט, אַז וואַגנערס אָריגינעלע שאַפֿונג האָט אַבסאָלוט גאָרנישט צו טאָן מיטן חורבן; דער קאָמפּאָזיטאָר האָט געלעבט אינעם 19טן יאָרהונדערט און געשאַפֿן זײַן ווערק מיט 100 יאָר צוריק פֿאַר די נאַציס.
וואַגנער איז געווען אַ פֿאַרביסענער אַנטיסעמיט, און הילטער האָט זייער ליב געהאַט זײַנע ווערק, דערצו בלײַבט דער דאָזיקער קאָמפּאָזיטאָר נאָך אַלץ אַ קאָנטראָווערסאַלע פֿיגור. צוליב דעם, האָט געטענהט דער פֿירער פֿון דער שטאָטישער ייִדישער קהילה, זענען די סתּירותדיקע סצענעס אינגאַנצן אומפּאַסיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.