פֿאַראַן אַ פֿראַנצייזיש ווערטל Chaque mot a son histoire „יעדעס וואָרט האָט זיך זײַן געשיכטע‟. אויך ווערטער פֿאַר קאָלירן האָבן זיך זייערע געשיכטעס.
אָט נעמט דאָס וואָרט „ווײַס‟ — נישט קיין גרויסע זאַך. דאָס וואָרט, אַזוי ווי דאָס ענגלישע white, דאָס דײַטשישע weiss, דאָס האָלענדישע wit אאַז״וו, נעמט זיך פֿון אַן אַלט־גערמאַנישן שורש וואָס געפֿינט זיך אויך אין, למשל, סלאַוויש: ס׳פּוילישע kwiat, ס’טשעכישע květ, ס’רוסישע tsvet אאַז”וו, אַלע טײַטש „בלום, קווייט‟, וואַקסן פֿון אַ שורש וואָס איז געווען טײַטש „ווײַס, שײַנען‟. אַן ענלעכן שורש געפֿינט מען בײַ די רוימער: ס׳לאַטײַנישע albus „ווײַס‟ איז קודם־כּל געווען טײַטש „ס׳ווײַסע ליכט פֿון דער אויפֿגייענדיקער זון‟. דאָס וואָרט „אַלבאָם‟ איז דערפֿון אַ ווײַטער אָפּשלאָג: פֿון „ווײַס‟ איז אויפֿגעקומען דער טײַטש „ווײַס פּאַפּיר אויף צו (פֿאַר)שרײַבן‟; ערשט אין דער מאָדערנער צײַט האָט זיך באַקומען דער איצטיקער טײַטש.
וואָס זשע העלפֿט גאָט? albus לעבט ווײַטער אין די ראָמאַנישע לשונות, אָבער מיט אַן אײַנגעענגטן טײַטש: ס׳פֿראַנצייזישע aube, ס׳שפּאַנישע און איטאַליענישע alba מיינען „זונאויפֿגאַנג, באַגינען‟. בלויז בײַ די רומענער האָט זיך פֿאַרהיט דאָס אַלטע לאַטײַנישע: זיי זאָגן alb „ווײַס‟. זעען מיר, ווי אין מיטל־עלטער האָבן די גערמאַנען געהאַט אויף די ראָמאַנען אַ שטאַרקע השפּעה, אָבער בלויז אין מערבֿ־אייראָפּע; רומעניש, אַן איזאָלירטס אין מיזרח, האָט דאָס אויסגעמיטן. בכלל איז די השפּעה פֿון גערמאַניש צום שטאַרקסטן אויף פֿראַנצייזיש — ס׳נישט קיין וווּנדער אויך: דער נאָמען פֿון לאַנד פֿראַנקרײַך, ווי אויך פֿונעם לשון, נעמט זיך דאָך פֿונעם גערמאַנישן פֿאָלק פֿראַנקען; זיי האָבן אויף פֿראַנצייזיש געלייגט זייער אַ שטאַרקן חותם אינעם וואָקאַבולאַר, אין דער גראַמאַטיק און אַפֿילו, דאַכט זיך, אינעם אַרויסרעד.
איז חוץ אויף רומעניש, ווי זשע זאָגט מען „ווײַס‟? אויף פֿראַנצייזיש blanc, שפּאַניש blanco, איטאַליעניש bianco, פּאָרטוגאַליש branco. אויף ייִדיש איז דאָ „בלאַנק‟ „גלאַנציק‟, אויף דײַטשיש blank; ס׳ענגלישע blank „ווײַס, ליידיק (פּאַפּיר)‟ האָט אַ מאָל אויך דאָס געמיינט. דאָס וואָרט איז אַריבער פֿון גערמאַניש צו ראָמאַניש נאָך העט ווען, אין מיטל־עלטער. אַ והא־ראַיה, אַז פֿון blank איז קודם־כּל געוואָרן אויף שפּאַניש blanco — שפּאַניש פֿאַרטראָגט נישט קיין c אָדער k וואָרט־אויס — און דערנאָכדעם איז פֿון bl געוואָרן אויף איטאַליעניש bi, אויף פּאָרטוגאַליש br, אַזוי ווי ס׳פֿירט זיך מיט עלטערע ווערטער. אַ צווייטער משל פֿון דעם מין איז „בלײַ‟: אויף פֿראַנצייזיש plomb און שפּאַניש plomo, אָבער אויף איטאַליעניש piombo און פּאָרטוגאַליש chumbo — פֿון pl איז געוואָרן pi אָדער ch. אַקעגן זשע, אַ נײַער וואָרט ווי „בלוזע‟: פֿראַנצייזיש blouse, איטאַליעניש, שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש blusa, אַלע מיט bl; אויף מאַמע־לשון איז דאָס וואָרט אויך אַ נײַס, אַ סימן: אַלע ייִדן רעדן עס אַרויס /בלוזע/, קיינער זאָגט נישט /בליזע/.
נאָר אויך פֿון די ראָמאַנען זענען ווערטער אַרײַן אין גערמאַניש, פֿאַרשטייט זיך. דאָ קען מען ברענגען אַ סינאָנים פֿון „ווײַס‟: „קלאָר‟. מרדכי שעכטער (לײַטיש מאַמע־לשון, ז׳ 188) ברענגט פֿון אַ צאָל שרײַבערס דעם באַניץ פֿון „קלאָר‟, ווי „ווײַס‟, אַ שטייגער יהושע פּערלע: „קלאָר העמד‟, „קלאָר לײַב‟, געמיינט, „ווײַסע הויט‟. „קלאָר‟, פּונקט ווי ס׳דײַטשישע klar און ס׳ענגלישע clear, נעמט זיך פֿונעם פֿראַנצייזישן clair. אַזוי אַז די השפּעות גייען סײַ אַהין, סײַ צוריק.
נאָר די מעשׂה מיט „ווײַס‟ איז גאָרנישט אַקעגן „בלאָ‟. דאָס ייִדישע /blo ~ blu/ וואַקסט פֿונעם מיטל־הויכדײַטשישן blâ; דאָס נײַע־הויכדײַטשישע blau — אַ פּנים, פֿון דער געבויגענער פֿאָרמע blâwes. איז דאָס ייִדישע, אין אַ געוויסן זינען, געטרײַער דעם מקור. (דאָס ייִדישע „בלוי‟, האָב איך מורא, איז פּשוט ס׳נײַ־הויכדײַטשישע איבערגעשריבן מיט ייִדישע אותיות…) פֿונעם זעלביקן אָבֿ וואַקסט אויך, פֿאַרשטייט זיך, דאָס ענגלישע blue מיטן האָלענדישן blauw.
בײַ די ראָמאַנען, אָבער, איז די מעשׂה נישט אַזוי קלאָר. פֿאַראַן אַ לאַטײַניש וואָרט flāvus — „געל‟, וואָס וואַקסט פֿונעם זעלביקן שורש וואָס „בלאָ‟; געל און בלאָ זענען דאָך צוויי באַזונדערע זאַכן, איז פֿאַר וואָס זשע האָט זיך דער שורש צעגאָפּלט ווייסט מען נישט. אַזוי צי אַזוי איז דאָס לאַטײַנישע נישט אַריבער צו די ראָמאַנען; דאָס האָבן זיי גאָר אַנטליגן דאָס גערמאַנישע, זאָגט מען אויפֿן הײַנטיקן פֿראַנצייזיש bleu און אויף איטאַליעניש blu; אַ מאָל איז אויך געווען אויף שפּאַניש blavo, אויף איטאַליענישע biavo אאַז״וו. נאָר די לעצטע צוויי זענען אונטערגעגאַנגען, זאָגט מען הײַנט אויף שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש azul, אויף איטאַליעניש (חוץ blu) אויך azzurro; אויף ענגליש איז אויך דאָ azure. די לעצטע זענען גאָר לײַווערטער פֿון פּערסיש lazaward — „בלאָ‟ דורך אַראַביש; שפּאַניש און פּאָרטוגאַליש זענען פֿול מיט אַראַבישע לײַווערטער, אָבער איטאַליעניש נישט. פֿאַראַן אַ בלאָער שטיין מיטן נאָמען lapis lazuli — ס’ערשטע וואָרט איז דאָס לאַטײַנישע פֿאַר „שטיין‟, ס‘צווייטע — אויך אַן אָפּשלאָג פֿונעם פּערסישן „בלאָ‟. אויך די גריכן האָבן אַ לײַוואָרט: בשעת די אַמאָליקע האָבן געזאָגט kyanos — וואָס דאָס איז אונדז באַקאַנט אין אַזוינע ווערטער ווי „ציאַניד‟ (ענגליש cyanide) — זאָגן די הײַנטיקע ble, קענטיק — אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש.
פֿאַר וואָס זשע האָט מען געמוזט אָנקומען צו פֿרעמדע נאָך אַ וואָרט פֿאַר „בלאָ‟? אפֿשר ווײַל אין דער נאַטור געפֿינט מען זעלטן בלאָע זאַכן. דער הימל איז טאַקע בלאָ, נאָר אַ צאָל לשונות האָבן אויף דעם אַ באַזונדער וואָרט: עבֿרית —„תּכלת‟ — „הימל בלאָ, העל בלאָ‟, פֿון אַ שורש וואָס איז אַ מאָל גאָר געווען טײַטש „טונקל בלאָ‟!; אַקעגן „כחול‟ — „(סתּם) בלאָ‟, פֿון אַ שורש וואָס איז טײַטש „שפּיזגלאָז‟ (ענגליש antimony, אַן עלעמענט וואָס פֿון אים מאַכט מען בלאָע פֿאַרב; פֿון דעם שורש שטאַמט אויך „אַלקאָהאָל‟); רוסיש goluboy — „הימל בלאָ‟, פֿון „golub‟ — „טויב‟, אַקעגן siniy „(סתּם) בלאָ‟, פֿון אַ ווערב „siyat‟ — „שײַנען‟. פּויליש niebieski — „(סתּם) בלאָ‟ נעמט זיך פֿון niebo „הימל‟. נאָר חוצן הימל געפֿינט מען אין דער נאַטור בלויז אַ קליינע צאָל געוויקסן און בלומען וואָס זענען בלאָ, אַקעגן אַזוי פֿיל רויטע, גרינע, געלע אאַז״וו. אפֿשר דערפֿאַר איז בלאָ נישט קיין „נאָרמאַלער‟ קאָליר?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.