אין מײַ 1903 האָבן זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין צענדליקער גרויסע און קליינע שטעט, אָנגעהויבן די פּראָטעסט־אַקציעס, געווידמעטע דעם קעשענעווער פּאָגראָם. די אַמעריקאַנער צײַטונגען „Journal‟ און „American‟ האָבן געדרוקט אַרטיקלען וועגן די געשעענישן אין דעמאָלטיקן קעשענעוו. די דאָזיקע צוויי צײַטונגען האָבן געשיקט זייער קאָרעספּאָנדענט, מײַקל דעוויט קיין קעשענעוו, וועלכער איז אָנגעקומען אַהין דעם 8 מײַ 1903. די ייִדישע אָרגאַניזאַציע „בני־ברית‟ האָט מיט דער הילף פֿון פּרעזידענט רוזוועלט געשיקט צו דער רוסישער רעגירונג אַ פּעטיציע, וועלכע ס’האָבן אונטערגעשריבן מער ווי 12,000 אַמעריקאַנער. מיר קאָנען אויף זיכער באַשטעטיקן, אַז אַ דאַנק די אַמעריקאַנער ייִדן, האָט די רוסישע רעגירונג געביטן איר אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק.
שפּעטער אין 1992, האָט דער אַמעריקאַנער היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר עדוואַרד דזשאַדזש (Edward H. Judge), אַ קריסט, אַרויסגעגעבן זײַן אַרבעט „פּאַסכע אין קעשענעוו‟ (Easter in Kishinev), וווּ ער באַשרײַבט די קעשענעווער שחיטה. אָט וואָס מיר לייענען אין זײַן אויספֿאָרשונג: „ווי אַ קריסט באַאומרויִקט מיך זייער, וואָס מענטשן פֿון מײַן גלויבן האָבן באַגאַנגען גוואַלדטאַטן איבער די ייִדן… אין דער זעלבער צײַט, ברענגט מיר טרייסט דער פֿאַקט, וואָס ס’זײַנען געווען אויך אַזוינע קריסטן, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן אַ סך מוט צו העלפֿן די ייִדן זיך ראַטעווען…‟
ס’איז אָנגעשריבן הונדערטער ביכער, פֿאָרש־אַרבעטן, אַרטיקלען וועגן דעם קעשענעווער פּאָגראָם. וועגן די בלוט־געשעענישן ווערן ציטירט באַוווּסטע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, געלערנטע, שרײַבער. צווישן זיי: טעאָדאָר הערצל, שמעון דובנאָוו און אויך די רוסישע שרײַבער: מ. גאָרקי, ל. טאָלסטוי, וו. קאָראָלענקאָ… וווּ זשע איז געווען די ייִדישע ליטעראַטור? וועגן דעם איז פֿאַרשטייט זיך, אויף ייִדיש אויך ניט ווייניק אָנגעשריבן. נאָר איך מיין, אַז דאָס אַלץ וואָס איז אָנגעשריבן, דאַרף צונויפֿגעזאַמלט ווערן אין איין בוך. מע זאָל זען ווי אַזוי די ייִדישע ליטעראַטור האָט אָפּגעשפּיגלט די קעשענעווער טראַגעדיע פֿון 1903 יאָר.
ניט נאָר ח. נ. ביאַליק האָט געשריבן וועגן דעם פּאָגראָם אין זײַן „אין שחיטה־שטאָט‟, וואָס ווײַזט אונדז זײַן ציוניסטישן צוגאַנג צו דער פּראָבלעם. אַגבֿ, ביאַליק, האָט אין זײַנע נאָטיץ־ביכלעך פֿאַרשריבן די פֿאַקטן פֿון זעלבסטשוץ פֿון די קעשענעווער ייִדן, דאָך, אין זײַן פּאָעמע איז וועגן דעם קיין וואָרט ניט געזאָגט, און די ייִדן זײַנען געמאָלט הילפֿלאָז, זיך געלאָזט שעכטן ווי שאָף.
ווייניק ווער עס ווייסט, אַז אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און שמעון פֿרוג האָבן אָנגעשריבן לידער מיט איין נאָמען „דער קעשענעווער פּאָגראָם‟, וועלכע מ‘האָט אַרויסגעגעבן מיט 110 יאָר צוריק אין לאָנדאָן, אין אַ באַזונדערער אויסגאַבע:
ש. פֿרוג
שטראָמען בלוט און טײַכן טרערן
זידן, פֿליסן טיף און ברייט…
אונדזער אַלטער, גרויסער אומגליק
האָט זײַן האַנט אויף אונדז פֿאַרשפּרייט.
הערט איר דאָרט ווי מוטערס קלאָגן
און פֿון קינדער דאָס געשריי?
טויטע ליגן אויף די גאַסן
קראַנקע פֿאַלן לעבן זיי…
ברידער, שוועסטער! האָט רחמנות!
גרויס און שרעקלעך איז די נויט —
גיט די טויטע אויף תּכריכים,
גיט די לעבעדיקע ברויט!…
פֿרוגס ליד האָט נאָך 6 סטראָפֿעס. זי איז אויך געווען באַזונדער פּובליקירט אין לאָנדאָן אויף ייִדיש, דײַטש און ענגליש.
אַ. גאָלדפֿאַדען
…שרײַט ייִדן, שרײַט אַרויף
שרײַט צו אונדזער גאָט,
ווען וועט עס נעמען אַ סוף
אונדז מאַכן צום געשפּאָט?..
און נאָך צוויי סטראָפֿעס פֿון דער 6־סטראָפּיקער ליד:
פֿאַרשרײַבט אויף לאַנגע דורות
די רציחות און די אימות,
צעריסן ספֿרי־תּורות,
אײַנגעפֿלעקט ריינע שמות,
פֿליט שמות, פֿליט אַרויף,
ניט פֿאַלט בײַ זיך אַראָפּ.
וועקט משה רבינו אויף
און גיט אים די שטיקלעך אָפּ…
צוויי דינע ביכעלעך זענען אַרויס אין וואַרשע אין 1903. צוויי פּאָעמעס: „דער פּאָגראָם אָדער דאָס אונגליק פֿאָן קישיננעוו‟ און „די נײַע קינות אויף קישינאָוו‟, מחבר — „באַרימטער בדחן פֿון לאָדז‟ מרדכי טאַראַדײַקע. ס’איז אויך אָנגעוויזן די מעלאָדיע, אויף וועלכער מע קאָן זינגען די „קינות‟. דער מחבר וואָס האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם פּאָגראָם פֿון די צײַטונגען, האָט געמאַכט אַזאַ רעפֿרען:
גאָט אין הימל וווּ איז דײַן רחמנות
ענטפֿער אונדז שוין דאָס מאָל
וועגן די אומשולדיקע קרבנות
פֿון דײַן אָרעם פֿאָלק ישׂראל
שיץ איבער אונדז מיט דײַנע רעכטע האַנט
און פֿיר אונדז צוריק אין אונדזער לאַנד.
און דאָס צווייטע ביכעלע „דאָס שרעקלעכע אונגליק פֿון קישינעוו‟, פֿאַרפֿאַסער יצחק מרדכי ווילינבערג פֿון אָסטראָווצע. ס’איז אויך אָנגעוויזן, אַז מע דאַרף עס זינגען מיט דער מעלאָדיע פֿון עלעגיע לעוואַנדאַ. יעדער פֿון די 6 סטראָפֿעס פֿאַרענדיקט זיך מיט די שורות:
גאָט גיב שוין דאָס גליק,
מע זאָל גיין צוריק
אין אונדזער פֿאָטערלאַנד.
די אידעאָלאָגיע פֿון ביידע בדחנים איז אַ ציוניסטישע — כּדי ס’זאָל זיך אַזוינס מער ניט טרעפֿן מיט די ייִדן, דאַרף מען האָבן אַן אייגן לאַנד!
אין יאַס, רומעניע, האָט מען אין 1903 אָפּגעדרוקט אַ ליד: „איכה!‟, קינות אַחרונות — מספּד מר עלי טבוחי קישינוב ועל חלליה (רעדע נאָך דער קעשענעווער שחיטה און די אומגעקומענע). טעקסט און מוזיק פֿון זיידל העלמאַן. מיר דערוויסן זיך, אַז די ליד האָט געזונגען דער „פּאָפּולערער און באַליבטער אַרטיסט ב. ל. זיגלער‟. אין דער ליד איז אויך אָנגעוויזן אַן אויסוועג:
קיין אַמעריקע אַהין
אָדער ליבער קיין ציון
שרעקלעך דער פֿאַל
ביטער ווי גאַל
האָסט געוווּנדעט נו הייל אַליין גאָט!
אויך אין יענע צײַטן האָט מען אין לאָנדאָן אַרויסגעגעבן אויף ייִדיש די רעדע „קעשינאָווער הספּד‟, אָפּגעהאַלטן פֿון אַ רבֿ, ווי צווישן אַנדערש שרײַבט ער: „מיר מוזן אונדזערע גאַנצע קרעפֿטן נאָר אָנווענדן צו פּאַלעסטינע אונדזער אַלטער היים, מיר מוזן און דאַרפֿן אונדזער גאַנץ פֿאַרמעגן אַוועקגעבן נאָר אונדזער אייגענע לאַנד קריגן, דאָרטן וועלן מיר זײַן זיכער…‟
אויך אין לאָנדאָן, אויף ייִדיש האָט אַרויסגעגעבן די „רוסלענדער סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אַרבעטער־פּאַרטיי‟, דער „בונד‟ אַ בראָשור: „די קישינעווער הריגה‟. וווּ סע ווערט דעקלאַרירט:
„…די ׳ייִדישע פֿאָלקסצײַטונג׳ זאָגט, אַז מיר דאַרפֿן זײַן שטילער פֿון וואַסער, נידעריקער פֿון גראָז, ׳שלאַף איז אונדזער האַנט צו שטרײַטן, שטאַרק איז אונדזער שמערץ׳ — קלאָגט דער ציוניסטישער פּאָעט. אַזוי רעדן קענען נאָר שקלאַפֿן, מענטשן… וועלכע גלויבן ניט אין זייערע קרעפֿטן און וואַרטן שטענדיק די ישועה זאָל צו זיי קומען פֿון דער זײַט, פֿון גאָט, פֿון לײַטן, פֿון דער רעגירונג… מיט געווער אין האַנט קען מען ווירקן אויף די ווילדע פּאָגראָמשטשיקעס: ניט אויף די בוידעמס דאַרפֿן מיר זיך באַהאַלטן, נאָר פּנים אַל פּנים, ביד חזקה, דאַרפֿן מיר אַרויסטרעטן קעגן אַזוינע ווילדע חיות‟.
מיר דאַכט זיך, אַז ס’איז דער פֿאַל, ווען מע קאָן זאָגן: און דו ביסט גערעכט, און דו ביסט גערעכט, און דו ביסט אויך גערעכט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.