מיטוואָך האָט זיך אָנגעהויבן דער פּראָצעס פֿון יוסף קאָלקאָ — אַ 39־יאָריקער געוועזענער מלמד אין דער ישיבֿה „אורחות חיים‟ אין לייקוווּד — וועלכער ווערט באַשולדיקט אין סעקסועל באַלעסטיקן אַ קינד במשך פֿון צוויי יאָר, גיבן איבער די געריכט־דאָקומענטן פֿונעם שטאַטישן העכסטן געריכט אין ניו־דזשערזי. דער מישפּט וועט פֿאָרקומען פֿאַרן ריכטער, פֿראַנסיס ר. האָדזשסאָן.
לויט די גבֿית־עדות פֿונעם ייִנגל, איז די באַלעסטיקונג אָנגעגאַנגען צווישן סעפּטעמבער 2007 און פֿעברואַר 2009, בעת דאָס קינד איז געווען 11 און 12 יאָר אַלט. דער מלמד האָט זיך באַקענט מיט אים אין „קעמפּ יחד‟, וווּ דאָס ייִנגל איז געווען אַ קעמפּער, און קאָלקאָ — אַן אויפֿפּאַסער.
„קעמפּ יחד‟ געפֿינט זיך בײַ דער ישיבֿה „בית־התּורה‟ אויף סוואַטמאָר־עוועניו, אויך אין לייקוווּד.
דאָס שטעטל לייקוווּד איז דער צענטער פֿון דער חרדישער, נישט־חסידישער קהילה אין אַמעריקע. עס וווינען דאָרט כּמעט 40,000 פֿרומע ייִדן, און אין איר וועלט־באַרימטער ישיבֿה, „בית מדרש גבֿוה‟, לערנען זיך מער ווי 6,000 תּלמידים.
אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע פֿאַלן, וווּ דאָס באַלעסטיקטע קינד האָט מורא געהאַט „אויסצוזאָגן פֿון חדר‟, האָט ער דווקא יאָ דערציילט זײַן טאַטן. אויך אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע פֿאַלן, האָט דער טאַטע — אַן אָנגעזעענער רבֿ און הויך־ראַנגיקער אָנגעשטעלטער בײַ „בית מדרש גבֿוה‟ — נישט פֿאַרשוויגן דעם ענין, און אין 2009 זיך געוואָנדן צו אַ כּלל־טוער, דניאל בערנשטיין, וועגן דעם. דער טאַטע האָט געוווּסט, אַז בערנשטיין האָט אַ שײַכות צו אַ ספּעציעלן בית־דין, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט באַשולדיקונגען פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג. דער בית־דין האָט זיך געפֿירט אונטער דער השגחה פֿון הרבֿ מתּתיהו סאַלאָמאָן.
נאָכן אויסהערן די באַשולדיקונג קעגן קאָלקאָ, האָט בערנשטיין, אין נאָמען פֿונעם בית־דין, באַשטעלט אַ באַצאָלטע פּסיכאָלאָגישע אָפּשאַצונג פֿון קאָלקאָ, אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַ סאָציאַלן אַרבעטער, גבֿריאל פֿייגין, וועלכער ספּעציאַליזירט זיך אין דער „אָפּשאַצונג און באַהאַנדלונג פֿון נישט־נאָרמאַלן סעקסועלן אויפֿפֿיר‟, ווי פֿייגין האָט איבערגעגעבן דעם ניו־דזשערזי העכסטן געריכט.
פֿייגין האָט אויך געזאָגט דעם געריכט, אַז ער האָט זיך געטראָפֿן מיט קאָלקאָ פֿינף מאָל, און געמאַכט פּסיכאָלאָגישע טעסטן. קוואַלן זאָגן, אַז קאָלקאָ האָט טאַקע זיך מודה געווען פֿאַר פֿייגינען אין סעקסועל באַלעסטיקן דאָס קינד. פֿייגין האָט אָבער דאָס קינד נישט אינטערוויויִרט.
נאָך די פֿינף סעסיעס מיט פֿייגין, האָט קאָלקאָ מסכּים געווען צו גיין אויף טעראַפּיע, כּדי זיך „אויסצוהיילן‟, אַ פּנים, פֿון זײַנע קרומע סעקסועלע טענדענצן, אָבער מיט דער צײַט האָט ער אויפֿגעהערט. ווען דער טאַטע פֿונעם קינד האָט דערהערט, אַז קאָלקאָ גייט מער נישט אויף טעראַפּיע, און האָט באַמערקט, אַז דער בית־דין טוט גאָרנישט וועגן דעם, איז ער אַוועק צום פּראָקוראָר אין יולי 2009.
קאָלקאָ איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלן אָנגרײַף און אינעם שטעלן דאָס קינד אין אַ סכּנה.
יוסף קאָלקאָ איז אַ פּלימעניק פֿון הרבֿ יהודה קאָלקאָ, וועלכער ווערט שוין יאָרן לאַנג פֿאַרדעכטיקט אין סעקסועל באַלעסטיקן צענדליקער, און אפֿשר אַפֿילו הונדערטער תּלמידים (זעט דעם „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל פֿונעם 2טן יולי 2010: //yiddish2.forward.com/node/3027). פֿאַראַיאָרן האָט יהודה קאָלקאָ זיך דערקלערט שולדיק אינעם שטעלן זײַנע תּלמידים אין אַ סכּנה, אָבער נישט אין סעקסועל באַלעסטיקן זיי. פֿאַר דעם האָט מען אים אויף דרײַ יאָר באַפֿרײַט אויף ערנוואָרט, אָבער אין תּפֿיסה איז ער נישט געזעסן.
נאָך יוסף קאָלקאָס אַרעסט אין יולי 2009, האָט מען דאָס קינד און זײַן משפּחה גערודפֿט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. מע האָט אים נישט אַרײַנגעלאָזט אין די אָרטיקע ישיבֿות, און דעם טאַטן האָט מען געהייסן דעמיסיאָנירן פֿון „בית־מדרש גבֿוה‟. אַן עפֿנטלעכער בריוו, אונטערגעשריבן פֿון נײַן חשובֿע לייקוווּדער רבנים, אַרײַנגערעכנט ר׳ חיים גינזבערג און ר׳ שמואל כּץ, האָט געוואָרנט, אַז „קיינער טאָר נישט איבערגעבן קיין באַשולדיקונגען צו די סעקולערע אינסטאַנצן‟ און „ס׳איז פֿאַרווערט צו העלפֿן און מיטצואַרבעטן מיט די סעקולערע אינסטאַנצן, אויב יענע באַמיִען זיך צו רודפֿן אַ ייִד‟.
הרבֿ ישׂראל בעלסקי, אַ פּראָמינענטער רבֿ און ישיבֿה־מנהל אין ברוקלין, וועלכער דינט שוין מער ווי 20 יאָר אינעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ (OU), האָט אָנגעשריבן אַ בריוו צו די אײַנוווינער פֿון לייקוווּד, וועגן „דער שרעקלעכער ידיעה, אַז איינער פֿון די אײַנוווינער אין אײַער שטעטל האָט געמסרט אַ צווייטן ייִד צו די סעקולערע אינסטאַנצן‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז „אַלע וועלכע קאָנען משפּיע זײַן אויף די מוסרים, אַז זיי זאָלן צוריקציִען זייערע שרעקלעכע מעשׂים, זאָלן אַזוי טאָן.‟
נישט לאַנג נאָך דעם ווי מע האָט צעשיקט הרבֿ בעלסקיס בריוו, האָט אַן 31־יאָריקער לייקוווּד־אײַנוווינער, שאול לובן, אַרויסגעשיקט „טעקסטלעך‟ (טעלעפֿאָנישע בריוולעך), רופֿנדיק די אײַנוווינער פֿון לייקוווּד צו דריקן אויפֿן טאַטן פֿונעם באַלעסטיקטן קינד נישט עדות צו זאָגן פֿאַרן געריכט.
זינט דעמאָלט האָט די משפּחה זיך אַרויסגעצויגן פֿון לייקוווּד, אָבער זיך נישט אָפּגעזאָגט אָפּצוגעבן גבֿית־עדות בעת דעם פּראָצעס.
מיט דעם וואָס דאָס געריכט האָט אויסגעפֿרעגט פֿייגינען, איז קלאָר, אַז ער וועט זיכער גערופֿן ווערן ווי אַן עדות במשך פֿונעם פּראָצעס. אויב קאָלקאָ האָט טאַקע זיך מודה געווען אין סעקסועל באַלעסטיקן דאָס קינד, וועט פֿייגינס גבֿית־עדות זײַן אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר, ווען די זשורי וועט דאַרפֿן אָפּשטימען, צי קאָלקאָ איז שולדיק, צי נישט.
„דער ׳יוסף קאָלקאָ־ענין׳ אַנטפּלעקט פֿאַר דער וועלט די אַזוי־גערופֿענע ׳פּאַראַלעלע יוסטיץ־סיסטעם׳ פֿון דער לייקוווּדער ישיבֿה־וועלט,‟ האָט דערקלערט בען הירש, אַ וואָרטזאָגער פֿון Survivors for Justice, אַן אָרגאַניזאַציע וואָס רופֿט צו באַשיצן קינדער אין דער אָרטאָדאָקסישער וועלט. „די משפּחה האָט געמוזט פֿאַרלאָזן לייקוווּד, ווײַל הרבֿ מלכּיאל קאָטלער און הרבֿ מתּתיהו סאַלאָמאָן האָבן גאָרנישט געזאָגט וועגן דער וויכטיקייט פֿון שטיצן די געליטענע פֿון באַלעסטיקונג און באַשיצן קינדער; נישט קיין איין וואָרט קריטיק קעגן די, וועלכע באַדראָען די געליטענע, גלאַט ווי גאָרנישט איז געשען.‟
במשך פֿון די פֿיר יאָר זינט דער טאַטע פֿונעם באַלעסטיקטן קינד האָט זיך געוואָנדן צום פּראָקוראָר, איז קאָלקאָ פֿרײַ אויף קויציע פֿון 125,000$. אויב ער וועט פֿאַרמישפּט ווערן, קאָן ער באַקומען אַ שטראָף פֿון 60 יאָר תּפֿיסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.