צוריק צום עיקר

Back to the Essence


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 08, 2013, issue of May 24, 2013.

איר פֿאַרשטייט ליבע מענטשן, אַז רעצענזיעס פֿון ביכער, טעאַטער־שטיק, פֿעסטיוואַלן, קאָנצערטן און לאַכערײַקעס, זײַנען שוין הײַנט צו טאָג טרוקענע מצה, אָפּגעלייענט, אָפּגעזונגען, אָפּגעלאַכט און „זײַץ מיר און האָץ מיר‟. ווען איך האָב אָבער זיך צוריקגעקערט צום עמוד, צו אונדזער ייִדישן פֿאָלקלאָר, הייסט עס, וווּ עס טליִען נאָך אונדזערע חכמות, מעשׂיות און לעגענדעס, האָב איך ערשט אויפֿגעלעבט. וויל איך באַנײַען אויף אַ שטרויעלע צײַט אָט די הנאה וואָס איך האָב געהאַט פֿונעם חומר־מאַטעריאַל.

גמרא

אַן אָרעמאַן איז אַמאָל געקומען צו ר’ אַנשלען נאָך אַ נדבֿה. האָט אים דער משרת געזאָגט:

„ר’ אַנשל איז איצט זייער פֿאַרנומען און האָט נישט קיין צײַט פֿאַר בטלנים.‟

בעט זיך דער אָרעמאַן:

„איך האָב בלויז איין וואָרט אים צו זאָגן.‟

„איין וואָרט?‟ מאַכט דער משרת.

„בלויז איין וואָרט‟ שפּאַרט זיך אײַן דער אָרעמאַן.

הערט עס דער גבֿיר און חידושט זיך:

„בלויז איין וואָרט טאַקע?‟

„אַן איין און איינציק וואָרט ר’ אַנשל.‟ טענהט דער אָרעמאַן.

„אויב ס’איז בלויז אַן איין און איינציק וואָרט, איז לאָמיך עס הערן.” שמייכלט דער גבֿיר.

זאָגט דער אָרעמאַן:

„גמרא!‟

„וואָס מיינט איר, גמרא?” חידושט זיך דער גבֿיר.

„גמרא מאַכט גוט־מאָרגן.‟

רופֿט זיך אָפּ ר’ אַנשל:

„גוט־מאָרגן! גוט־יאָר און דאָס איז אַלץ!‟

„גמרא מאַכט אויך גיט מעות, ר’ אַנשל.‟

דער גבֿיר שמייכלט און גיט אים אַ נדבֿה. דער אָרעמאַן פֿאַרנייגט זיך און זאָגט ווידער אַמאָל:

„גמרא!‟

„וואָס נאָך?‟ פֿרעגט אים דער גבֿיר.

„גיט מער ר’ אַנשל!‟

(ג־גיט, מ ־ מער, ר’ און אַנשל, אַלץ צוזאַמען מאַכט „גמרא‟)

דאָ האָט איר אַ באַווײַז, ווי ייִדן האָבן זיך אַן עצה געגעבן, מיט חכמה, אײַנפֿאַל און באַשיידנקייט. און אַלע האָבן זיך געקענט אויף אַ וווּנק. די צווייטע מעשׂה האָט אויך צו טאָן מיט ייִדישער חכמה, אָבער דאָס מאָל טראָגט עס שוין אַן אַנדער כאַראַקטער.

מיט דער האַנט און מיטן מויל

שׂמחת־תּורה בײַ הקפֿות האָט אַ ייִד באַמערקט ווי אייניקע ייִדן קושן די תּורה מיטן מויל און אַנדערע מיט דער האַנט. נעמט ער און פֿרעגט בײַם שמשׂ:

„ווו איז דער שׂכל וואָס אייניקע קושן די תּורה מיטן מויל און אנדערע מיט דער האַנט?‟

ענטפֿערט אים דער שמשׂ:

„פֿאַרשטייט איר מיך ר’ ייִד, עס זײַנען פֿאַראַן צווייערליי מינים ייִדן. אַ טייל ייִדן קושן די תּורה מיטן מויל און גיבן צדקה מיט דער האַנט. אַנדערע ווידער קושן די תּורה מיט דער האַנט און גיבן צדקה מיטן מויל…‟

אַלץ איז צוגעגאַנגען מיט אַ ווערטל, אַ חכמהלע און, פֿון צײַט צו צײַט, מיט אַרײַנזאָגן אין דער זיבעטער ריפּ. איר פֿאַרשטייט, ייִדיש איז אַ לשון וואָס לאָזט זיך בייגן, לאָזט זיך קנעטן, לאָזט זיך קוועלן און חכמהענען.

מען דאַרף קענען

אין אַ קליין שטעטל איז אַמאָל געווען אַן אַפּטייקער, אַ מומחה אויף רעצעפּטן און אַ נישקשהדיקער אפּיקורס. קומט צו אים אַמאָל אַ בחורעץ מיט אַ פֿול מויל פּוסטע גאווה און זאָגט:

„זײַט מוחל ר’ ייִד! איך וויל אויך ווערן אַן אפּיקורס, וואָס לייגט איר פֿאָר זאָל איך טאָן?‟

מאַכט דער אַפּיקורס:

„יונגער־מאַן! האָסט כאָטש אַמאָל געלערנט פּוסקים?‟

„ניין!‟ ענטפֿערט אים דער יונגער־מאַנטשיק.

„נו, און מיטן חומש ביסטו כאָטש באַקאַנט?‟

„אויך נישט!” מאַכט דער קאָנדידאַט אויף אַפּיקורסות.

„און אין דער גמרא האָסטו אַמאָל אַרײַנגעקוקט?‟ וויל וויסן דער אַפּטייקער.

„אויך נישט!‟ גרייסט זיך דער בחורעץ.

„אויב דאָס איז די מעשׂה,‟ גיט אים צו פֿאַרשטיין דער מומחה פֿון רעצעפּטן, „איז אַן עבֿרה דײַן מי און מאַט, דו וועסט שוין קיין אַפּיקורס קיין מאָל נישט זײַן.”

דער אַנעקדאָט דערמאָנט מיר אין די הײַנטיקע ייִדן וואָס טענהן, אַז זיי זײַנען סאַמאָראָדנע ייִדן, גייען יום־כיפּור אין טעמפּל, פֿײַערן פּסח און „קריסטמעס,‟ האַלטן פֿון כּשרות ווען עס לוינט זיך, טראָגן אַ יאַרמלקע אַמאָל אויפֿן קאָפּ און אַמאָל אין קעשענע, האַלטן שבת ווען עס לאָזט זיך, קענען אַ פּאָר ווערטער באַטשקען אויף ייִדיש, אָבער ייִדישקייט קענען זיי אַ פֿײַג, אַבי מען מ’שטעלט זיך צו צום ייִדישן עמוד. זיי קענען אפֿילו נישט זײַן קיין אַפּיקורסים.

איך פֿאָר אַמאָל אַרום איבער קליינע שטעטלעך נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק, דערלאַנג דאָרט אַמאָל ייִדישע סחורה. ס‘רובֿ מאָל קומט אַן עלטערער עולם, אַ סך פֿון זיי איז ייִדיש בכלל פֿרעמד. אַחוץ דעם, איז זיי פֿרעמד די גאַנצע ייִדישע פּאַנאָראַמע. פֿרעמד זייער אייגענע קולטור, ווי זיי וואָלטן אויסגעוואַקסן אויף יענער זײַט סמבטיון. ווען זיי הערן ייִדיש, קומען זיי זיך צונויף צו לאַכן פֿון אַ ייִדיש ווערטל וואָס איז זיי באַקאַנט פֿון די קעטסקיל־בערג, דער עיקר, מוז עס זײַן קאָמיש, אַ לשון אויף געלעכטער, דזשיקע ייִדן.

איך רעד נישט פֿון יענע וואָס לייענען נאָך אַ ייִדיש בלאַט אויף ייִדיש, איך רעד נישט פֿון יענע וואָס ס’ייִדישע וואָרט ליגט זיי נאָך אויפֿן גומען. זיי געדענקען ווי די באָבע פֿלעגט זאָגן, ווי דער זיידע פֿלעגט דערציילן מעשׂיות, אַ פֿאַרגאַנגענע וועלט. גיי האַק זיך קאָפּ אין וואַנט, די ייִדיש־ייִדישע וועלט ווערט פֿאַרשלונגען פֿונעם אַמעריקאַניזם און דער אַמעריקאַניזם איז אַ קולטור פֿון קאָקאַ־קאָלאַ, כינעזישע מאכלים, דײַטשער „פֿאָלקסוואָגן,‟ יאַפּאַנישער „טאָיאָטאַ‟, איטאַליענישע „גוטשי”־בײַטלען, שווײצאַרישע זייגערס, כינעזישע שפּילעכלעך פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע, פֿראָנצייזישע פֿילמען, איטאַליענישע אָפּערעס, בריטישע מיוזיקלס אויף בראָדוויי פֿון ענדרו לויד וועבער. מיט איין וואָרט, אַמעריקאַניזאַציע איז געגליכן צו אַן אָנגעבלאָזענעם, קאָלירטן באַלאָן: ער האָלט זיך אין דער לופֿטן, פֿאַרגלײַכט זיך מיט די וואָלקנס כּל־זמן מ’גיט נישט אין אים אַ שטאָך.

אַמעריקע איז דער באָלאָן, אַן אויסגעבלאָזן איי, איין שטאָך און ס’לאָזט זיך אויס מיט אַן אַלטיטשקע, וואָס האָט פֿאַרגעסן פֿאַר וואָס מען האָט איר אַ נאָמען געגעבן סעמאַנטאַ און נישט סימע, אָדער סאַלטשע. מיט איין וואָרט, צעלאָזן זיך אונדזערע ייִדעלעך דאָ און איבער דער וועלט, ווי נאָכן פֿאַראַיאָריקן שניי. עס וואַקסט אַ מדבר־דור, וואָס איז מיט אונדז בײַם באַרג סיני נישט געשטאַנען, בלאָנדזשען זיי אַרום אין דעם אַמעריקאַנער גן־עדן, און זאַמלען גאַנצע קוישן רבי־געלט.