וואַנקוּווער. — די ייִדישע פּליטים פֿון אַראַבישע לענדער זענען ביז איצט איגנאָרירט געוואָרן מצד דער מערבֿדיקער וועלט, האָט מען דינסטיק איבערגעגעבן דעם קאַנאַדער פּאַרלאַמענט, בעת זײַן ערשטער זיצונג אין שײַכות מיט דעם ענין.
„דאָס אַרויסטרײַבן כּמעט 1 מיליאָן ייִדן פֿון נײַן אַראַבישע לענדער האָט נישט געהאַט קיין שום פּאָליטישע קאָנסעקווענצן,‟ האָט דזשינאַ וואַלדמאַן, די פּרעזידענטין פֿון JIMENA, אַ נישט־פּראָפֿיט אָרגאַניזאַציע געווידמעט דער מיזרחדיקער און ספֿרדישער קולטור, דערקלערט פֿאַרן „קאָמיטעט פֿון אויסלענדישע ענינים און אינטערנאַציאָנאַלער אַנטוויקלונג‟ אינעם קאַנאַדער קאָמאָנס.
דער פֿאַרהער איז אַ טייל פֿון אַ נײַער קאָמפּאַניע מצד די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און ישׂרלאדיקער רעגירונג צו באַטאָנען דעם ביטערן מצבֿ פֿון די ייִדישע פּליטים, אין ראַם פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן ישׁראל און די פּאַלעסטינער.
„ביידע פּליטים־גרופּעס זענען אַ רעזולטאַט פֿונעם אַראַביש־ישׂראלדיקן קאָנפֿליקט,‟ האָט דוד קאָשיצקי, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „צענטער פֿאַר ישׂראל און ייִדישע ענינים‟, געזאָגט דער צײַטונג, Jewish Voice. „צום באַדויערן, האָט מען, בײַם צונויפֿשטעלן די קאַנאַדער פּאָליטיק וואָס שייך דעם מיטעלן מיזרח, בכלל נישט באַטראַכט דעם שווערן מצבֿ פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון די אַראַבישע לענדער, און בלויז זיך פֿאָקוסירט אויף די פּאַלעסטינער פּליטים.‟
דער ציל פֿון דעם פֿאַרהער, לויט JIMENA, איז איבערצוצײַגן דעם קאַנאַדער פּאַרלאַמענט אָנצונעמען אַ געזעץ, וואָס דערקלערט, אַז אַ כּוללדיקער שלום־אָפּמאַך צווישן ישׁראל און די פּאַלעסטינער מוז אויך אַרײַננעמען דעם ענין, די ייִדישע פּליטים. אין 2008 האָט דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס אָנגענומען אַן ענעלכע לעגיסלאַציע.
פֿאַראַיאָרן האַרבסט האָט דער דעמאָלטדיקער ישׂראלדיקער וויצע־אויסערן־מיניסטער, דניאל עילון, געגרינדעט די קאַמפּאַניע, „איך בין אַ פֿאַרטריבענער‟, כּדי צו לאָזן דער וועלט וויסן וועגן דעם אַספּערט פֿון דער געשיכטע.
צווישן די יאָרן 1948 און 1952, האָט מען פֿאַרטריבן 856,000 ייִדן פֿון די אַראַבישע לענדער, אין פֿאַרגלײַך מיט 756,000 פּאַלעסטינער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.