דזשיין פּעפּלערס וואַרשעווער לידער

Jane Peppler’s Warsaw Songs


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 09, 2013, issue of June 07, 2013.

אוי וויי מאַמעלע
ס’איז געשען אַ דראַמעלע.
כ’בין געווען אַ בחורל,
יעצט בין איך אַ מאַנעלע.

                                   **_(אוי וויי מאַמעלע)_**

                

פֿאָלקלאָריסטן און מוזיק־פֿאָרשער פֿאַרגלײַכן אָפֿט זייער אַרבעט מיט יעגערס אין דזשונגל, זוכנדיק ווילדע חיות. „באַלאַדע־יעגערס‟ האָט מען זיי אָנגערופֿן, אָבער נישט אין דזשונגל האָבן זיי געזוכט, נאָר אין די טיפֿענישן פֿונעם פֿאָלק. אַ מאָדערנער לידער־יעגער איז די זינגערין דזשיין פּעפּלער, וועלכע וווינט אין צפֿון־קאַראָלײַנע. וועגן אירע ערשטע צוויי קאָמפּאַקטלעך, דאָס פֿריִערדיקע פֿון וואַרשעווער קאַבערעט-לידער, האָבן מיר שוין געשריבן. מיר האָבן געהאַט באַמערקט, אַז דאָס איז אַ פֿאָרשערין מיט ברען און ענערגיע. אַז זי נעמט זיך אונטער, טוט זי אַלץ מעגלעכס צו דערגרייכן איר ציל.

און איר ציל פֿאַר דער נײַסטער רעקאָרדירונג — In Odes: Yiddish Songs From Warsaw — איז געווען צו געפֿינען און רעקאָרדירן די מעלאָדיעס צו די לידער־טעקסטן אין די פּאָפּולערע וואַרשעווער געזאַנג־ביכלעך, צונויפֿגעשטעלט און אַרויסגעגעבן פֿון איציק זשעלאָנעק אין די 1930ער יאָרן. וועגן דעם קאָלירפֿולן כאַראַקטער און זײַנע ביכלעך האָבן מיר אויך אַ מאָל געשריבן, און פּעפּלער האָט, נאָך אַ סך מי און זוכעניש, געפֿונען די מעלאָדיעס צו 101 לידער אין זײַנע ביכלעך. בלויז 25 פֿון זיי זענען געבליבן אָן אַ מעלאָדיע. וועגן זשעלאָנעק אַליין, ווייסט זי נאָר די עטלעכע פּרטים פֿון זײַן לעבן, וואָס ער אַליין גיט איבער אין זײַנע ביכלעך. די פֿאָרשונג וועגן אים גייט ווײַטער אָן.

כּמעט גאָרנישט קיין ייִדישע פּלאַטעס, געשאַפֿן אין פּוילן, זענען נישט געבליבן. אַפֿילו קיין געזאַנג־בויגנס, געדרוקט אין פּוילן פֿון די ייִדישע לידער, קען פּעפּלער נישט דערווײַל געפֿינען. וואָס זי האָט יאָ שוין געפֿונען האָט מען געדרוקט אין אַמעריקע. די לידער דעריבער, ווערן רעקאָרדירט אויף איר קאָמפּאַקטל צום ערשטן מאָל.

זי האָט געזוכט און געפֿונען מאַטעריאַלן אינעם ייִוואָ־קלאַנג־אַרכיוו, אינעם פּאַריזער „פֿראַנצייזישן צענטער פֿון ייִדישער מוזיק‟, אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟. די גרויסע השפּעה פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער טעאַטער־וועלט אויף דער וואַרשעווער, און אַפֿילו פֿון דער נישט־ייִדישער אַמעריקאַנער טעאַטער־וועלט, האָט אויף איר געמאַכט אַ רושם. למשל, דאָס ליד „אין אַ הויז וווּ מען וווינט און מען לאַכט‟, האָט „געליגן‟ די מעלאָדיע פֿונעם אַמעריקאַנער ליד In the Shade of an Old Apple Tree. אין דער האַרוואַרדער יודאַיִקע־זאַמלונג האט פּעפּלער געפֿונען די נאָטן פֿון „גודבײַ ניו־יאָרק‟, וואָס מע האָט געזונגען אין אַ פּסח בורשטיין מוזיקל וועגן אַ ייִד וואָס פֿאָרט צוריק אַהיים קיין פּוילן. פּעפּלער האַלט, אַז אַ סך פֿון די ענגלישע ווערטער פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע לידער, האָט מען אָפֿט מאָל געביטן אין די פאָרשטעלונגען אין פּוילן.

אין איין ליד זינגט מען וועגן אַ „מיסטייק‟ (טעות אויף ענגליש), און צי דער וואַרשעווער עולם האָט פֿאַרשטאַנען דאָס וואָרט, איז אַ ספֿק. אַזוינע לידער שטעלן נישט מיט זיך פֿאָר קיין „הויכע ליטעראַטור‟, אָבער זיי האָבן פֿאַרווײַלט דעם פּאָפּולערן עולם. אין דעם ליד „מיסטייק‟ דערציילט מען אין דער ערשטער סטראָפֿע ווי בײַ אַ מאַסקנבאַל האָט דער בחור געזען אַ שיין מיידל פֿאַרשטעלט, אָבער ווען זי האָט אָראָפּגענומען די מאַסקע, האָט ער געזען, אַז זי איז זײַן שוויגער — אַ „מיסטייק‟! אין דער צווייטער סטראָפֿע קישט ער אַ מיידל אין דער פֿינצטער און געפֿינט אויס, אַז דאָס איז זײַן דינסטמיידל געווען — „אַ מיסטייק!‟. פּעפּלער האָט געשאַפֿן אַ דריטע סטראָפֿע צום ליד פֿונעם מיידלס קוקווינקל מיט אַ ביסל חוזק.

עס קען זײַן, אַז ס‘רובֿ לידער פֿון יענער צײַט און סבֿיבֿה וועט מען הײַנט מער נישט זינגען, ווײַל זיי פּאַסן זיך נישט געזעלשאַפֿטלעך אַרײַן. דאָס איז אויך אמת לגבי די צוויי־טײַטשיקע לידער, וואָס אונדזערע אַקטיאָרן האָבן ליב געהאַט פֿאָרצושטעלן און צו רעקאָרדירן. אויף דעם קאָמפּאַקטל „אין אָדעס‟ זינגט פּעפּלער איינס אַזאַ ליד — „אַוי ווי מע שאָקלט זיך‟, וואָס זי האָט געפֿונען אין דער „קאָנגרעס־ביבליאָטעק‟ אין וואַשינגטאָן.

אוי געוואַלד מע שאָקלט זיך
אוי מיידלעך קלייניקע, ווײַבעלעך שיינינקע
שאָקלען זיך מיט כּוח.
צי קען מען אַזאַ ליד הײַנט זינגען? זיכער נישט אין ניו־יאָרק.

פּעפּלערס אַראַנזשירונגען, געמאַכט מיט אירע פֿרײַנד, זענען פּשוטע און זי איז זיך מודה, אַז צו ערשט, האָט זי נישט געהאַט בדעה אַרויסצוגעבן די לידער ווי אַ רעקאָרדירונג. אָבער, אַז מע האָט זיך שוין אונטערגענומען צו רעקאָנסטרויִרן די לידער, פֿאַר וואָס נישט? דערפֿאַר האָט דאָס קאָמפּאַקטל אַ היימיש געפֿיל. פּעפּלער פֿאַרמאָגט נישט קיין קאַבערעט־ און נישט קיין טעאַטער־קול, און כ‘בין זיכער, אַז די פּויליש־ייִדישע אַקטיאָרן און זינגערס וועלכע האָבן דעם מאַטעריאַל פֿאָרגעשטעלט, האָבן אויסגעשפּילט די לידער מיט מער קאָמעדיע. זי האָט, אָבער, יאָ באַוויזן אויפֿצולעבן לידער וואָס וואָלט זיכער פֿאַרגעסן געוואָרן.

צווישן די לידער וואָס דער ברייטערער עולם קען אפֿשר יאָ, איז „נחומקע מײַן זון‟, אַ פּאַראָדיע פֿון „מאירקע מײַן זון‟, וואָס עמל גאָראָוועץ האָט פּאָפּולער געמאַכט. איר נוסח איז אַ ביסל אַנדערש און זי האָט עס געפֿונען אין מנחם קיפּניס זאַמלונג. אַן אַנדער ליד „סלוצק, מײַן שטעטעלע‟, מיר דאַכט, האָט מען אויך רעקאָרידרט און איז באַקאַנט. אָבער די אַנדערע 15 לידער וועט דער ברייטערער עולם הערן צום ערשטן מאָל, און דזשיין פּעפּלער האָט מיט איר „יעגערײַ‟ פֿאַרדינט אַ מיצווה. גיט אַ קוק אויף איר וועבזײַטל:

//yiddishtheatersongs.com/jane-peppler.html