צי איז כּדאַי צו בלײַבן אַ ייִד?

Is It Worth It to Remain a Jew?


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published May 09, 2013, issue of June 07, 2013.

„ס’רובֿ מענטשן ענטפֿערן ניט אױף יענעמס דעות, נאָר אױף זײערע אײגענע מחשבֿות‟.

פֿראַנסואַ לאַראָשפֿוקאָ

װען אײנער פֿון מײַנע בעלצער פֿרײַנד, אַ דאָקטער „װאָס אין דער קאָרט‟, האָט אָנגעהױבן אַרבעטן אינעם בעלצער צװײטן ייִדישן שפּיטאָל נאָך פֿאַר דער מלחמה, פֿלעגט ער פֿון בית־מדרש צו דער אַרבעט שטענדיק דינגען אַ בריטשקע. פֿאַר מיר איז דאָס געװען אַ גרױסער חידוש און ממש אַ רעטעניש; רבונו־של־עולם, פֿון דעם שיל־פּלאַץ ביזן שפּיטאָל איז דאָך ניט מער װי אַ האַלבער קילאָמעטער, ניט מער װי צען מינוט גיין. צו װאָס פֿאַר אַ קרענק האָט ער געדאַרפֿט דינגען אַ בריטשקע?

„הײַנט איז עס ניט מער װי צען מינוט צו פֿוס, — האָט ער מיר געענטפֿערט, — אָבער אין יענע צײַטן, פֿאַר דער מלחמה האָט עס געדױערט אַ גוטע דרײַ פֿערטל שעה.‟

אַקעגן וואָס האָב איך עס דערמאָנט? גלײַך מיטן לעבנס־ריטעם װאַקסט די צאָל און דער ריטעם פֿון דער ייִדן־אַסימילאַציע אין אַלע גרױסמאַכטן אױף דער װעלט, און לױט דער מײנונג פֿון די סאָציאָלאָגן, װעט אָט־אָט די אַסימילאַציע דערגרײכן פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין גלות.

אַז ס’איז „שװער צו זײַן אַ ייִד‟ װײסט די גאַנצע װעלט, אָבער פֿאַר װאָס איז ניט כּדאַי צו בלײַבן אַ ייִד, װען דו ביסט געבױרן געװאָרן אַ ייִד, דאָס איז פֿאַר מיר אַ גרױסע רעטעניש.

אַלע סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען פֿאַר די לעצטע דרײַסיק יאָר װײַזן אָן, אַז די צאָל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אױף דער װעלט װערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ קלענער און קלענער, כאָטש די געבורטיקײט בײַ ייִדן איז ניט געװאָרן קלענער, נאָר בלײַבט די זעלבע שױן מער װי פֿופֿציק יאָר, דהײַנו, 2.3 קינדער בײַ יעדער פֿרױ. אױך די צאָל שמדניקעס פֿאַר די לעצטע צװײ הונדערט יאָר האָט זיך ניט געביטן און בלײַבט בערך די זעלבע, פֿון 700 ביז 900 ייִדן אַ יאָר.

װאָס באמת באַאומרויִקט די ייִדישע סאָציאָלאָגן, איז די אומפּראָפּאָרציאָנעלע אַסימילאַציע פֿון די ייִדן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, װוּ זי דערגרײכט 55%; װי אױך די צאָל פֿון די געמישטע הײראַטן צװישן ייִדן און ניט־ייִדן אין אַמעריקע, װעלכע צום סוף פֿון 2012 האָט דערגרײכט 72%. װיפֿל פֿון די נײַ־געבױרענע קינדער פֿון יענע 72% געמישטע משפּחות װעלן בלײַבן ייִדן? עפּעס גלײבט זיך מיר ניט, אַז די הונדערטער טױזנטער אַסימילירטע קינדער װעלן זיך אױסשטעלן אין אַ רײ בײַ די טירן פֿון אַ װעלכער ס‘ניט איז סאַמע־סאַמע רעפֿאָרמירטער ייִדישער קהילה. דאָס װעט ניט געשען, ניט אין די בײדע אַמעריקעס, ניט אין אײראָפּע און ניט אין מדינת־ישׂראל.

איך גריבל זיך אין די אַלע סאָציאָלאָגישע פֿאָרשונגען ניט װײַל כ’בין, חלילה, אַ פֿאַרביסענער ראַדיקאַלער נאַציאָנאַליסט אָדער אַ מאַזאָכיסט. נײן, פּשוט, עס טוט מיר װײ. עס טוט מיר װײ, װען איך פֿרעג בײַ זיך און בײַ גאָט: צו װאָס פֿאַר אַ קרענק זײַנען געגאַנגען אױף קידוש־השם די לעצטע צען טױזנט דורות פֿון ייִדן — פֿון דעם ערשטן חורבן אָן, אין יאָר 586 פֿאַר דער מאָדערנער רעכענונג און ביזן לעצטן חורבן אין 1939־1945? פֿאַר װאָס איז אין דער צײַט פֿון דער אינקװיזיציע געװען כּדאַי צו בלײַבן אַ ייִד און װערן פֿאַרברענט אױפֿן שײַטער? און פֿאַר װאָס הײַנט, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ רעלאַטיװ רויִק און פֿאַרמעגלעך לעבן פֿאַר די קינדער און קינדס־קינדער, דאַרף מען אָפּזאָגן זיך פֿון די ייִדישע װאָרצלען? קײנער דאָך שטײט ניט מיט אַ האַק איבער דעם קעפּ?…

און אױב די אַסימילאַציע איז אַ זאַך פֿון אַ גרױסער ליבע, טאָ פֿאַר װאָס איז די גרױסע ליבע אַזױ אײנזײַטיק — פֿון ייִדנטום אין קריסטנטום, און ניט פֿאַרקערט? כ’האָב נאָך ניט געהערט, אַז אַ פּאָר פּעקלעך מיט באַנאַלע מתּנות אונטערן ניטלבױם זאָלן מאַכן עמעצן באמת גליקלעך, און אַז די געפֿאַרבטע אײער צו דער פּאַסכע זאָלן צוגעבן אַ פּאָר געניאַלע צעלן אין עמעצנס מוח. נאָר די שטרענגע סיסטעם פֿון טאָג־טעגלעכן לימוד, די ליבע צו גאָט און מענטש, װעלכע ליגט אין גרונט פֿון דער ייִדישער בילדונג, און דער עיקר, דער קאָלעקטיװער ייִדישער היסטאָרישער זכּרון.

אַז מע רײַסט איבער דעם פֿאָדעם צום קאָלעקטיװן נאַציאָנאַלן זכּרון, צום קאָלעקטיװן טרױער, צו דער קאָלעקטיװער פֿרײד, צו דער קאָלעקטיװער שטאָלץ, דאַן פֿאַרלירט מען אױך דעם לעצטע טראָפּן רחמנות און מיטלײַד צו אַנדערע מענטשן.

אַזױ איז דאָס געשען מיטן דײַטשישן פֿאָלק, װעלכער, מיט כּמעט פֿינף הונדערט יאָר צוריק האָט איבערגעלעבט אַ שרעקלעכן חורבן בעתן 30־יאָריקן קריג, װען עס זײַנען פֿאַרניכטעט געװאָרן אַרום 60% פֿון דער דײַטשישער באַפֿעלקערונג, לױט פֿאַרשײדענע מקורות — פֿון פֿיר ביז צען מיליאָן נפֿשות.

פֿאַר די דײַטשן איז דאָס ניט געװאָרן קײן „דײַטשישער תּשעה־באָבֿ‟, נאָר פֿאַרקערט, עס איז געװאָרן אַ סימבאָל פֿון דער נאָציאָנאַלער בושה, און װען דאָס פֿאָלק האָט פֿאַרלױרן דעם לעצטן טראָפּן פֿונעם קאָלעקטיװן נאַציאָנאַלן װײטיק, איז די דאָזיקע „בושה‟ פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ װילדער שׂינאה צו אַנדערע פֿעלקער, און איבער הױפּט צו די ייִדן, װעלכע צו יענער צײַט האָבן נאָך ניט פֿאַרגעסן איבער װאָס איז חרובֿ געװאָרן דער בית־המקדש און װי זיס איז דער גלות.

די אַלע מחשבֿות האָבן מיך באַאומרויִקט, װען כ’האָב צופֿעליק צוגעזען אַ פּאָר אַנטיסעמיטישע דעמאָנסטראַציעס אין אונגערן, װוּ אין די טעג עס קומט פֿאָר דער אַלװעלטלעכער ייִדישער קאָנגרעס. כ’האָב אַרײַנגעקוקט אין אַ פּאָר ענציקלאָפּעדיעס און געפֿונען, אַז אין די 1920ער יאָרן האָט די כאָרטי־רעגירונג אין אונגערן אָנגעהױבן קעמפֿן קעגן דער „ייִדישער אױבערהערשאַפֿט‟ אין לאַנד, און האָט אָנגענומען אַ געזעץ װעגן דער „פּראָצענט־נאָרמע‟.

אַ גרױסע צאָל אונגערישע ייִדן־װיסנשאַפֿטלער איז אַרויסגעפֿאָרן קײן אַמעריקע, צװישן זײ, לעאָ סילאַרד, יודזשין װיגנער, דזשאָן פֿאָן נױמאַן, עדװאַרד טעלער, מאַרק פּאָלאַנ’י, די נאָבעל־לאַורעאַטן: דעניס גאַבאָר (דענעש גיונזבערג), ראָבערט באַראַנ’י און דזשאָרדזש דע כעװעשי. זײ אַלע זײַנען באַקאַנט װי דער „מוח‟ פֿון דעם „מאַנהאַטענער פּראָיעקט‟. פֿאָן נױמאַן איז געװאָרן דער „פֿאָטער‟ פֿונעם קאָמפּיוטער, יודזשין װיגנער האָט באַקומען דעם נאָבעל־פּרײַז אין פֿיזיק, לעאָ סילאַרד איז דער „פֿאָטער‟ פֿונעם נוקלעאַר־געװער, עדװאַרד טעלער איז געװאָרן אַ לאַורעאַט פֿונעם פֿערמי־פּרײַז, מײַקל פּאָלאַנ’י איז אַ באַרימטער טעאָרעטיקער אין דער כעמישער פֿיזיק, טעאָדאָר פֿאָן קאַרמאַן איז אַ װעלט־באַרימטער ספּעציאַליסט אין אַעראָ־דינאַמיק, דער „פֿאָטער‟ פֿון די „איבעקלאַנגיקע עראָפּלאַנען‟ און דער ערשטער אין אַמעריקע לאַורעאַט פֿונעם „נאַציאָנאַלן װיסנשאַפֿט־מעדאַל‟.

פֿון די זעקס אונגערישע נאָבעל־לאַורעאַטן פֿיר זײַנען געװען ייִדן, װעלכע די פֿאַשיסטן האָבן פֿאַרטריבן פֿון זײער הײמלאַנד. מילא… זײַנען זײ אַװעקגעפֿאָרן.

װער זשע האָט פֿאַרלױרן און װער האָט געװוּנען פֿון דער אידיאָטישער „פּראָצענט־נאָרמע‟? הײַנט אין אונגערן זײַנען כּמעט ניט געבליבן קײן ייִדן, און דער אײנציקער נאָבעל־לאַורעאַט, אַ געבױרענער אין אונגערן, איז אַ. הערשקאָ, אָבער שױן אַריבער זעכציק יאָר װױנט ער אין ישׂראל.

עס װײַזט אױס, אַז אױך אַ טײל פֿון די אונגערן האַלטן בײַם פֿאַרלירן דעם לעצטן טראָפּן פֿונעם פּאָזיטיװן היסטאָרישן זכּרון לגבי זײערע געװעזענע בירגער, מיט װעלכע עס שטאָלצירט די גאַנצע װעלט.

דער גרױסער אַרגענטינער שרײַבער, כאָרכע לויִס באָרכעס, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די שפּאַנישע און קאַטאַלאָנישע אַדל־לײַט, האָט אין אײנעם פֿון זײַנע ניט זײער באַװוּסטע עסעען געשריבן: „װער האָט זיך כאָטש אײן מאָל ניט פֿאַרװײַליקט מיט די זוכונגען פֿון די אײגענע אָבֿות און קרובֿים? איך האָב זיך אָפֿט געשפּילט מיט דעם און יעדעס מאָל געהאַט אַ הנאה פֿון פֿאַנטאַזירן, אַז איך בין אַ ייִד. עס רעדט זיך נאָר װעגן אַ פֿאַנטאַזיע, װעגן אַ גײַסטלעכער אַװאַנטורע פֿון אַ שטילן הײמזיצער, אַן אַװאַנטורע, װעלכע רירט ניט אָן קײנעמס כּבֿוד, װי אױך ניט די רעפּוטאַציע פֿון ישׂראל, װײַל מײַן ׳ייִדישקײט׳, ענלעך צו מענדעלסאָנס לידער, בלײַבט בלױז אַ ניגון אָן װערטער‟.