עונג־שבת - פֿאַר קליין און גרויס

Oneg-shabes: For the Whole Family


Published May 09, 2013, issue of June 07, 2013.

פֿאַראייניקטע שטאַטן: ווער און וואָס…

אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן װױנען 303 מיליאָן בירגער: 200 מיליאָן אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּע, 42 מיליאָן — פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, 38 מיליאָן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, 12 מיליאָן — פֿון אַזיע, 3,5 מיליאָן אַראַבער. די גרעסטע גרופּע פֿון די אײראָפּע־אָפּשטאַמיקע אַמעריקאַנער זײַנען דײַטשן און זײערע קינדס־קינדער — 48 מיליאָן מענטשן; און װײַטער — 44 מיליאָן אירלענדער, 37 מיליאָן ענגלענדער, 26 מיליאָן איטאַליענער, 10 מיליאָן פּאָלאַקן, 6 מיליאָן ייִדן, צו 5 מיליאָן רוסן און אוקראַיִנער, 4.5 מיליאָן האָלענדער, 1 מיליאָן גריכן.

אין אַמעריקע װױנען 358 מיליאַרדערן: 7 איטאַליענער, 5 דײַטשן, 4 כינעזער, צו דרײַ גריכן און לעבאַנעזער, צו צװײ האָלענדער, אינדוסן, אַראַבער, מעקסיקאַנער, צו אײנעם — אַרמענער, פּערס, אונגאַר, קאָרעאַנער, קובאַנעזער, אירלענדער און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, בסך־הכּל — 37; 108 מיליאַרדערן זײַנען ייִדן, 213 — אַנגלאָ־אַמעריקאַנער.

106 נאָבעל־לאַורעאַטן: 61 ייִדן, 60 אַנגלאָ־אַמעריקאַנער, 10 דײַטשן, 6 כינעזער, צו צװײ טשעכן, שװעדן, איטאַליענער, יאַפּאַנער, אַראַבער, צו אײנעם — אינדוס, בעלגיער, רומענער, פֿראַנצױז, מעקסיקאַנער, נאָרװעגיער, האָלענדער. דרײַ מענטשן — אָן אַ באַשטימטער נאַציאָנאַליטעט.

פֿון 100 סענאַט־מיטגלידער זענען: 63 אַנגלאָ־אַמעריקאַנער, 11 ייִדן, 6 אירלענדער, 4 דײַטשן, 3 איטאַליענער, צו צװײ פּאָלאַקן, קובאַנעזער און גריכן, צו אײנעם סערבישער, ליבאַנעזער, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, כינעזער, יאַפּאַנער, מעקסיקאַנער און שאָטלענדער.

פֿון 50 גובערנאַטאָרן: 35 אַנגלאָ־אַמעריקאַנער, 3 פּאָלאַקן, צו צװײ דײַטשן, איטאַליענער און ייִדן, צו אײנעם אונגאַר, מעקסיקאַנער, סערבישער און פֿראַנצױז.

דער דורכשניטלעך־סטאַטיסטישער IQ אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז 95. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן — 113.


שבֿועות־מאָטיוון

װען דער הימל שפּאַלט זיך

ב. גאָרין

פֿאַר מיר האָט שבֿועות געהאַט גאָר אַ באַזונדערן רײץ.

דער רײץ איז אָבער ניט געװען צוליב שבֿועות־צאַצקעס, אין װעלכע איך בין געװען זײער פֿאַרקאָכט. איך האָב אין די לאַנגע ספֿירה־טעג פֿיל מאָל אַרױסגעמאַכט זיך פֿון אַן אָנבײַסן, כּדי אױף די אָפּגעשפּאָרטע עטלעכע גראָשן ציִען שבֿועות־צאַצקעס. איך האָב זיך ניט באַנוגנט מיט די, װאָס איך האָב געקענט קױפֿן, און איך האָב געװאָלט האָבן אַזעלכע, װאָס איך האָב מיט די אָרעמע גראָשנס ניט געקענט דערװײַזן. און די אײנציקע ברירה איז געװען צו גײן אױף אײנס: אָדער געוױנען עפּעס רעכטס, אָדער גאָר פֿאַרלירן.

מיר האָבן געצױגן פֿון אַ גרױסן אַלטן חומש, װוּ די שבֿועות־צאַצקעס זײַנען געװען אױסגעלײגט אַ בלאַט איבער אַ בלאַט. אַבֿרהם־גרשון, דער שניצער פֿון די צאַצקעס, האָט דעם חומש געהאַלטן צװישן בײדע הענט אַזױ, אַז די בלעטער זאָלן זײַן ניט צו שטאַרק צוזאַמענגעקװעטשט און אין דער זעלביקער צײַט, ניט צו לױז, אַז מען זאָל קענען מאַכן עפּעס סימנים. דער ציִער האָט געהאַלטן אַ מעסערל און מיטן קלינגל אַרײַנגעשטאָכן צוױשן די צװײ בלעטער. נאָר עס רעדט זיך אַרײַנגעשטאָכן. יעדער שטאָך האָט געקאָסט צװײ גראָשן, װאָס האָט אָפֿט פֿאַרן ייִנגל באַדײַט אַ גאַנצער אָנבײַסן אָדער װאַרעמעס, און דאָס ייִנגל האָט אַזױ גיך דאָס מעסערל ניט אַרײַנגעשטאָכן און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַ דינגעניש. דאָס ייִנגל האָט געטענהט, אַז די בלעטער זײַנען צו שטײַף צוזאַמענגעדריקט און מען קען דאָס מעסערל ניט אַרײַנשטעקן, זײַן כּװנה דערבײַ איז געװען, אַז די בלעטער זאָלן זײַן לכל־הפחות, אַזױ אָפֿן, אַז מען זאָל קענען כאַפּן אַ בליק, צי עס שטעקט דאָרט אַ שבֿועות־צאַצקע, צי ניט.

דער אמתער רײץ איז געװען אין „תּיקון־שבֿועות‟.

איך האָב געװוּסט, אַז אין דער דאָזיקער נאַכט, װען מען זאָגט „תּיקון־שבֿועות‟ שפּאַלט זיך דער הימל. איך האָב געװוּסט, אַז אַזױ װי די שפּאַלטונג פֿון הימל געדױערט ניט מער װי אַ רגע, איז דער בעסטער װעג צו ברױכן די קורצע צװײ װערטער „כּל־טובֿ‟.

נאָר ניט די מאַטעריעלע גליקן, װאָס מען האָט געקענט פֿאַרשטײן אונטער די װערטער „כּל־טובֿ‟ האָבן מיך אינטערעסירט. און דער אמת איז, אַז בײַ מיר איז געװען פֿעסט באַשלאָסן צו האַלטן דאָס מױל שטײַף פֿאַרמאַכט און ניט אַרױסברענגען קײן קלאַנג, איך האָב געװוּסט, אַז מען קען דערבײַ כאַפּן אַ מאָל אַ מיאוסן פּסק און איך האָב ניט געדאַרפֿט אײַנשטעלן. מיר איז געװען װױל וױ די װעלט און קײן בעסערס האָב איך אַפֿילו ניט געװוּסט צו װינטשן.

אָבער די שפּאַלטונג פֿון הימל אַלײן איז געװען גענוג אַרומצורינגלען דעם יום־טובֿ און דעם „תּיקון־שבֿועות‟ מיט אַ זעלטענעם רײץ. עס איז געװען אַזױ מוראדיק די דערװאַרטונג צו זען וױ דער הימל שפּאַלט זיך. איך האָב זיך אַפֿילו ניט געקענט משער זײַן, װאָס די שפּאַלטונג װעט אַנטפּלעקן, נאָר דאָס איז געװען אַזױ מוראדיק, אַז דער פֿאַרלאַנג צו זען דעם געשפּאָלטענעם הימל האָט איבערגעשטיגן אַלץ.

שױן בײַ דער סעודה דעם ערשטן אָװנט שבֿועות בין איך געזעסן אױף שפּילקעס בײַם טיש. דער טאַטע, דער עלטערער ברודער, האָבן צװישן אײן געריכט און צװײטן געזוכט אַרײַנצוכאַפּן אַזױ פֿיל „תּיקון‟ װי נאָר עס האָט זיך געלאָזט, נאָר איך האָב געװאָלט זײַן װאָס גיכער אין קלױז. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז די שפּאַלטונג װעט מען גיכער זען אין קלױז װי אין שטוב.

אין קלױז איז געװען אַ קלײנער עולם און בשעת זײ זײַנען געזעסן איבערן „תּיקון־שבֿועות‟, בין איך געשפּרונגען פֿון אײן פֿענצטער צום צװײטן און געקוקט אױפֿן הימל.

מײַנע יונגע נערװן זײַנען געװען אָנגעצױגן, און מײַן אומגעדולד און אומצופֿרידנקײט מיט די עלטערן איז געװאַקסן. מיט יעדער שעה שפּעטער איז דער קלײנער עולם אַלץ קלענער געװאָרן אַרום טיש, און אַלע װײַלע האָט זיך אײנער אױפֿגעהױבן און פֿאַרשטעקט זיך אין אַ װינקל כאַפּן אַ דרעמל.

— שפּאַר זיך צו אַ װײַלע, — זאָגט צו מיר דער טאַטע מיט רחמנות, געמישט מיט שטאָלץ אין זײַן קול.

איך בין זיך מודה: איך האָב אױף אים אױך אַ קוק געטאָן מיט רחמנות — װי קען מען גאָר אין אַזאַ צײַט טראַכטן װעגן צושפּאַרן זיך!

עס האָט מיר אױסגעדאַכט, אַז אַ גאַנצע אײביקײט איז אַריבער. איך בין ענדלעך צוגעגאַנגען צום טאַטן און געפֿרעגט:

— װען עפֿנט זיך דער הימל?

אַזױ פֿיל װאַרטן איז געװען איבער מײַנע כּוחות. איך האָב געמוזט האָבן אַ באַשטימטע צײַט.

— יעדע רגע קען עס געשען, מײַן קינד, — ענטפֿערט ער מיט אַ פֿרומען קול, און זײַן בליק װערט פֿאַרטראַכט.

איך הײב אָן צו מאַכן סבֿרות, אַז מסתּמא איז דאָס ניט אַזױ גרינג צו זען, װי דער הימל עפֿנט זיך. עס װאָלט אָנגעקומען ניט אַזאַ קלײנער עולם, און די פֿאַרזאַמלטע װאָלטן זיך אַזױ גרינג ניט געלאָזט פֿאַנגען פֿון שלאָף, װען דאָס װאָלט געװען אַזױ גרינג אָפּצוהיטן. אפֿשר האָט זיך שױן דער הימל געשפּאָלטן און איך האָב ניט באַמערקט.

— טאַטע! — רוף איך פּלוצעם אױס אין דער הײך, — טאַטע, קום אַהער! קום אַהער! זע דאָרטן! דאָרטן!

דער טאַטע איז צוגעקומען צום פֿענצטער, אַ קוק געטאָן צום מיזרח־זײַט, װוּ איך האָב אָנגעוױזן און מיט אַ דומפּן קול געזאָגט:

— יאָ, מײַן זון, עס הײבט שױן אָן צו טאָגן.

הגם עס איז געװען אײנס פֿון די גרעסטע פֿאַרגעניגנס מײַנע צו דאַװנען דעם ערשטן טאָג שבֿועות מיטן ערשטן מנין, איז מיר איצט מײַן פֿאַרגעניגן צעשטערט געװאָרן און אַ טיפֿע קלעמעניש האָט אָנגעפֿילט מײַן יונג הערצל, און ערשט װען עס איז געקומען צו אַקדמות, האָב איך זיך צוריק גענומען דורכדרינגען מיטן גײַסט פֿון יום־טובֿ.


פֿילם: „דער ייִדישער ישובֿ אין נידער־שלעזיע‟, 1947

אין 1947, אין נאָך־מלחמהדיקן פּוילן, האָט די פּוילישע מלוכה־פֿילם־אינסטאַנץ „פֿילם־פּאָלסקי‟, און די „פֿילם־סעקציע פֿאַר קולטור און פּראָגפּאַגאַנדע בײַם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „דער ייִדישער ישובֿ אין נידער־שלעזיע‟, וועגן אַ שטח, וואָס האָט געהערט צו דײַטשלאַנד פֿאַר דער מלחמה, און צו פּוילן נאָך דעם. די „פֿילם־סעקציע‟ איז געווען אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון ש. גאָסקינד און י. גאָלדבערג. דער רעזשיסאָר נתן גראָס האָט אויך אָנגעשריבן דעם סצענאַר. די „קאָמענטאַרן‟ האָט צוגעגעבן דער ייִדישער שרײַבער ישׂראל אַשענדאָרף, און דאָס קול פֿונעם נאַראַטאָר געהערט צום ייִדישן אַקטיאָר מאיר מעלמאַן, דער מאַן פֿון אידאַ קאַמינסקאַ.

מיר האָבן אויסגעקליבן דעם פֿילם, קודם־כּל, ווײַל ער איז נישט באַקאַנט. אין זײַן בוך וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען שרײַבט דזשאָן האָבערמאַן וועגן די פֿילמען אין פּוילן פֿון דער צײַט, און דערמאָנט גראָס און גאָסקינד, און זייערע אַנדערע פֿילמען, אָבער נישט דעם פֿילם „דער ייִדישער ישובֿ אין נידער־שלעזיע‟. צווייטנס, איז דער פֿילם וויזועל קינסטלעריש. דריטנס, איז גאָר אינטערעסאַנט ווי די פֿילמאַכער האָבן זיך באַצויגן צו דער טעריטאָריע, וווּ נאָך מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער, האָבן זיך דאָרט געפֿונען קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וווּ מאַסן ייִדן זענען אומגעבראַכט געוואָרן. נישט געקוקט אויף געוויסע פּראָפּראָגאַנדיסטישע מאָמענטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר דער פֿילם „דער ייִדישער ישובֿ אין נידער־שלעזיע‟ אַ זעלטענעם, רירנדיקן קוק אויפֿן ייִדישן לעבן אין פּוילן נאָכן חורבן.


נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן

די ווײַטערדיקע דרײַ לידעך קענט איר לייענען און הערן אין באָריס סאַנדלערס קינדער־בוך „נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן — פֿריילעכע צוויי־שורותלעך וועגן חיות און פֿייגל‟. עס זינגט מאַרק אײַזיקאָוויטש; די בילדער האָט געמאָלן איטעלע מאַסטבוים.

צו באַקומען דאָס בוך, קוועטשט //yiddish2.forward.com/node/2276
אָדער שרײַבט צו vinokur@yiddish.forward.com


וויצן אויף שבת און אַלע טעג

אױב מע קען דערלײדיקן אַ פּראָבלעם מיט געלט, איז עס שוין נישט קײן פּראָבלעם, נאָר הוצאָות.

* * *

— האַלאָ, דאָס איז אַ „פֿרױען־קאָנסולטאַציע‟?

— יאָ.

— דאַן זאָגט מיר, ביטע, אינעם אויטאָ, וווּ קוועטשט מען זיך אָפּצושטעלן — אויף דער לינקער פּעדאַל צי אויף דער רעכטער?

* * *

צװײ חבֿרטעס:

— דו װאָלטסט געװאָלט, אַז דײַן געליבטער זאָל דיך טראָגן אױף די הענט?

— דעם אמת געזאָגט, מיר איז גאָר ניט שלעכט צו זיצן אױף זײַן קאַרק.