מיט הונדערט יאָר צוריק, אין 1913, איז אַרױס בער באָראָכאָװס אַרטיקל „די אױפֿגאַבעס פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע‟, װאָס האָט פֿאָרמולירט אַ פּראָגראַם פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך– און ליטעראַטור־װיסנשאַפֿט. דאָס אַרטיקל איז דערשינען אין װילנער „פּנקס‟, אָבער פֿאַרפֿאַסט איז עס געװאָרן אין װין, װוּ באָראָכאָװ האָט געלעבט צװישן 1912 און 1914. װי עס באַװײַזט דער עסטרײַכישער ייִדיש־פֿאָרשער טאָמאַס סאָקסבערגער אין זײַן נײַער מאָנאָגראַפֿיע „רעװאָלוציע אױפֿן דונײַ־קאַנאַל‟, האָט װינער קולטורעלע און אינטעלעקטועלע אַטמאָספֿער געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אױף באָראָכאָװס געדאַנקענגאַנג.
אין װין האָט זיך באָראָכאָװ געטראָפֿן מיט נתן בירנבױם און שלום־עליכם, געפֿירט װיסנשאַפֿטלעכע שמועסן מיטן ייִדישן לינגװיסט מתּתיהו מיזעס און געאַרבעט אין דער ביבליאָטעק פֿון דער ייִדישער קהילה, װאָס האָט דעמאָלט פֿאַרמאָגט אײנע פֿון די רײַכסטע ביכער־זאַמלונגען אױף ייִדישער טעמאַטיק. נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז באָראָכאָװס קאָנצעפּציע פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע געװאָרן דער יסוד פֿון דער נײַער אַקאַדעמישער אינסטיטוציע „ייִװאָ‟.
הײַנט געדענקט מען באָראָכאָװן, קודם־כּל, װי אַ פּאָליטישן דענקער, דעם טעאָרעטיקער פֿון פּועלי־ציוניזם. אָבער זײַן פּאָליטיק לאָזט זיך ניט אָפּטײלן פֿון זײַנע פֿילאָלאָגישע אינטערעסן. דער ענגער בונד צװישן ייִדיש און פּאָליטיק איז די צענטראַלע טעמע פֿון סאָקסבערגערס פֿאָרשונג, װאָס דערװײַזט בפֿירוש, אַז די ייִדישע קולטור איז געװען אַ װיכטיקער באַשטאַנדטײל פֿון פֿאַרשידענע קאָנצעפּציעס פֿון ייִדישן גלות־נאַציאָנאַליזם. אַ היפּשער טײל פֿון די דאָזיקע קאָנצעפּציעס איז אַנטשטאַנען אָדער אַנטװיקלט געװאָרן אין עסטרײַך, צוערשט, אין דער האַבסבורג־מאָנאַרכיע און דערנאָך, אין דער אַזױ גערופֿענער „ערשטער רעפּובליק‟.
אַ סך האָט זיך געביטן אין עסטרײַך און אין דער װעלט אין משך פֿון דער רעלאַטיװ קורצער תּקופֿה צװישן די יאָרן 1904 און 1938, װאָס זײַנען די צײַטגרענעצן פֿון סאָקסבערגערס בוך. ייִדיש איז צום ערשטן מאָל אַרױף אױפֿן פּאָליטישן סדר־היום אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון נתן בירנבױם, דעם װינער־געבױרענעם יוריסט מיט גאַליציאַנער װאָרצלען. זײַן פּלאַן איז געװען צו האָבן ייִדיש אָנערקענט װי די אָפֿיציעלע ייִדישע „נאַציאָנאַליטעט־שפּראַך‟ אינעם קולטור־פּאָליטישן גערעם פֿון עסטרײַך־אונגאַרן. דאָס װאָלט געשטעלן די ייִדן אױף אַ גלײַכער ברעט מיט אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן — פּאָליאַקן, טשעכן, אוקראַיִנער.
צוליב דעם האָט בירנבױם אַלײן געמוזט אױסלערנען ייִדיש. זײַן התלהבֿות פֿאַר ייִדיש האָט מיטגעריסן אַ צאָל יונגע ייִדישע אינטעליגענטן, װעלכע האָבן זיך געפֿילט ניט הײמיש אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה. אָבער פֿון בירנבױמס פּלאַן האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם. כאָטש די טשענראָװיצער קאָנפֿערענץ האָט דערקלערט ייִדיש פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער ייִדישער שפּראַך, האָט דאָס ניט געהאַט קײן פּראַקטישע פּועל־יוצאס פֿאַר זײַן פּאָליטישער קאַריערע. און נאָכן קראַך פֿונעם פֿילפֿעלקערדיקן קיר״ה־מלכות אין 1918 איז דער גאַנצער באַגריף פֿון דער נאַציאָנאַליטעטן־אימפּעריע אױך אַװעק אין דער אײביקײט.
באָראָכאָװס שידוך צװישן ייִדיש און פּאָליטיק האָט געהאַט אַ לענגערן אַריכות־ימים. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון װין איז שטאַרק געװאַקסן בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה, אַ דאַנק די פּליטים פֿון גאַליציע און פּױלן. אױף אַ פּאָר יאָר נאָך דער מלחמה איז װין געװאָרן דער צענטער פֿון פּועלי־ציוניסטישער פּאָליטיק. די אינפֿלאַציע האָט אױך מיטגעהאָלפֿן צו שטיצן די ייִדישע קולטורעלע פּראָיעקטן, בפֿרט װען מען האָט געקאָנט קריגן פּרנסה פֿון אױסלאַנד. אַזױ אַרום האָט זיך אין װין אױסגעפֿורעמט אַ ייִדישע און העברעיִשע ליטעראַרישע סבֿיבֿה: די דיכטער מלך ראַװיטש, מלך כמעלניצקי, ש. י. אימבער, די פּראָזאַיִקער אַ. מ. פֿוקס, דוד פֿאָגעל.
דער װיכטיקסטער בײַטראָג פֿון װין אין דער נײַער ייִדישער קולטור איז געװאָרן דער זשורנאַל „קריטיק‟, װאָס האָט געלעבט בלױז אײן יאָר, פֿון 1920 ביז 1921. דער צװעק פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע איז געװען צו בױען אַ קולטורעלע בריק צװישן מיזרח און מערבֿ, אײראָפּע און אַמעריקע. אױף די זײַטן פֿון „קריטיק‟ האָבן זיך די דיכטער פֿון דער „קיִעװער גרופּע‟ געטראָפֿן מיט די ניו־יאָרקער „יונגע‟. די צײַטשריפֿט איז געװען ראַדיקאַל — סײַ אין איר מאָדערנער עסטעטיק, סײַ אין איר לינקער ייִדישיסטישער אידעאָלאָגיע.
די אידעאָלאָגישע ליניע פֿון „קריטיק‟ איז געפֿירט געװאָרן אין דער רובריק „װאָס איך האָב אײַך צו זאָגן‟ פֿונעם רעדאַקטאָר משה זילבורג. זײַן טאָן איז כּסדר געװען שטאַרק פּאָלעמיש. ער איז געװען ברוגז אױף דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע פֿאַר דער קאַטאַסטראָפֿע פֿון דער װעלט־מלחמה, און האָט געזוכט נײַע װעגן פֿאַר ייִדישער צוקונפֿטיקער עקזיסטענץ. דעם שורש פֿון דער ייִדישער פּראָבלעם האָט ער געזען אין דער אָפּפֿרעמדונג צװישן דער פֿרעמד־שפּראַכיקער אינטעליגענץ און די ייִדיש־רעדנדיקע פֿאָלקסמאַסן. ייִדיש איז געװען אין זײַנע אױגן דער שליסל, װאָס האָט געדאַרפֿט לײזן די דאָזיקע פּראָבלעם.
אָבער „קריטיק‟ האָט ניט איבערגעלאָזט קײן טיפֿע שפּורן אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, און װין איז טאַקע ניט געװאָרן קײן װיכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור. דער גורל פֿון די רעדאַקטאָרן פֿון „קריטיק‟ איז געװען אַ ביטערער. משה זילבורג איז אומגעקומען אין פּאָנאַר אין װילנע, און זײַן קאָלעגע אַלכּסנדר כאַשין איז צעשאָסן געװאָרן בעת סטאַלינס „רײניקונגען‟. אַרום די מיט־1920ער יאָרן האָט ייִדיש אָנגעװױרן זײַן פּאָליטישן חשיבֿות אין עסטרײַך. די ציוניסטישע אַקטיװיטעט האָט זיך בהדרגה אַריבערגערוקט קײן ארץ־ישראל, און די קאָמוניסטן זײַנען אַרײַן אין שפּאַן פֿון מאָסקװער „קאָמינטערן‟.
איז װאָס זשע בלײַבט פֿון דער װינער ייִדישער ירושה? סאָקסבערגער פֿאַרסך־הכּלט: „דאָס איז געװען אַ מאָדערנע שטאָטישע ליטעראַטור, װאָס שפּיגלט אָפּ די באַשטימטע צײַט־ און לעבנס־דערפֿאַרונג פֿון װין. די דאָזיקע ליטעראַטור איז אױסגעשטאַלטיקט געװאָרן דורך שװערע קריזיסן און דורך אינטענסיװער קאָלעקטיװער מיטאַרבעט.‟ סאָקסבערגערס בוך איז זײער אַ װאָגיקע און גרונדיקע פֿאָרשונג פֿון אַן אינטערעסאַנטן מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. דאָס איז אױך אַ מוסטער פֿון דער נײַער טענדענץ אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג אין אײראָפּע, װאָס שטעלט אָן איר שפּאַקטיװ אױף לאָקאַלע פֿענאָמענען. די דאָזיקע טענדענץ איז בולט אױך בײַ די פּױלישע פֿאָרשער, װעלכע גיבן זיך אָפּ מיט טעמעס פֿון אַ לאָקאַלן אינטערעס. פֿון אײן זײַט, איז דאָס אַ גוטער סימן, װאָס װײַזט, אַז ייִדיש איז אָנערקענט געװאָרן װי אַ װיכטיקער טײל פֿון פֿאַרשידענע אײראָפּעיִשע קולטורן. אָבער װי װײַט ערנסט װעלן די פֿאָרשער פֿון ייִדיש אין אַנדערע לענדער, קודם־כּל, אין אַמעריקע און ישׂראל, נעמען דאָס אין באַטראַכט, װעט מען נאָך דאַרפֿן זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.