ירושלים. אַנאַליסטן װאָרענען, אַז די לאַגע אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע איז אַ קאָמפּליצירטע. אַלעמען איז קלאָר, אַז מע דאַרף שנײַדן דעם צעבלאָזענעם בודזשעט, אָבער פֿון װעלכן טײל זאָל מען ניט שנײַדן, װעט עס אַרױסרופֿן סאָציאַלע פּראָטעסטן. דער קאַבינעט: „דער בודזשעט פֿונעם פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום מוז געקירצט װערן אױף 4 מיליאַרד שקלים‟. פּרעמיער־בנימין נתניהו: „דער בודזשעט פֿונעם פֿאַרטײדיקונגס־מיניסטעריום װעט געקירצט ווערן אױף 3 מיליאַרד שקלים‟.
רעגירונג. עס האָבן זיך אָנגעהױבן די „מאַראַטאָנישע‟ באַהאַנדלונגען פֿונעם מדינת־בודזשעט אױף 2013־2014. די זיצונג װעט דױערן אַזױ לאַנג ביז פֿונעם „קױמען‟ װעט ניט גײן דער „װײַסער רױך‟. אַזױ צי אַנדערש, אָבער לױטן געזעץ, ביזן סוף טאָג מוז דער בודזשעט זײַן צוגעשטעלט צו דער כּנסת.
ישׂראל: די פֿאָרזיצערין פֿון דער „אַרבעטס־פּאַרטײ‟, שעלי יעכימאָװיטש, צו די מיניסטאָרן: „זײַט מוטיק און שטימט קעגן די עקאָנאָמישע גזירות‟.
דמשׂק: „מיר לאָזן פֿאַר אונדז איבער דאָס רעכט ׳אַרײַנטרעטן׳ אינעם גולן־הױכלאַנד װען מיר װעלן עס דאַרפֿן‟. סירישער פּראָפּאַגאַנדע־מיניסטער, אַ־זואַבי: „גולן־הױכלאַנד איז אַן אַראַבישע טעריטאָריע און אַזאַ װעט זי בלײַבן אױף תּמיד, אַפֿילו אױב דאָרט געפֿינט זיך די ישׂראל־אַרמײ‟.
צה”ל. אין יהודה און שומרון זײַנען אַרעסטירט געװאָרן 9 פּאַלעסטינער, פֿאַרדעכטיקט אין טעראָריסטישער טעטיקײט. גלעד ערדאַן, מיניסטער פֿון הינטערלאַנד־שוץ: „מיר מוזן זײַן גרײט צו יעדן מעגלעכן סצענאַר און האָבן אין זינען, אַז קײן שום ׳אײַזערנער קופּאָל׳־סיסטעם קען ניט באַשיצן פֿון אַ הונדערט ראַקעטן אַ טאָג אױף אונדזער הינטערלאַנד‟.
ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס: „מיר מוזן זײַן גרײט צו פֿאַרטײדיקן זיך אַלײן. מיר, ישׂראל, געפֿינען זיך אױפֿן אינדזל אין מיטן שטורעם־ים. מיר מוזן פֿאַרטײדיקן דעם אינדזל און ׳שטיל מאַכן׳ דעם ים. אין סיריע איז ניטאָ קײן רעגירונג, בײַ אַנדערע אונדזערע שכנים גײט אַ ברידער־קריג, און דאָס מאַכט אונדז ניט פֿרײלעך‟.
ירושלים: די כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר געזעץ־ענינים האָט אָנגענומען דעם פֿאָרשלאַג פֿון אַ געזעץ, לױטן װעלכן אין דער קאָמיסיע פֿון אױסקלײַבן די „דיינים‟ װעלן זײַן 4 פֿרױען.
סיריע. אַ הױכגעשטעלטער פּאַרשױן אין דער אָפּאָזיציע־פֿירונג: „ישׂראל, ׳כעזבאָלאַ׳ און איראַן זײַנען די אײנציקע שטערונג אין אונדזער קאַמף קעגן אַסאַדן‟.
בריסל. די פֿאַראײניקטע אײראָפּע טײלט אױס 84 מיליאָן יוראָ װי אַ הילף די סירישע פּליטים.
אַנקאַראַ — דמשׂק. טערקײַ און סיריע באַשולדיקן אײנער דעם צװײטן אינעם טראָגן די פֿאַראַנטװאָרטלעכקײט פֿאַר אַ סעריע טעראָריסטישע אַקטן אין דער טערקישער שטאָט רײכאַנלי. אַרום 50 מענטשן זײַנען דערהרגעט געװאָרן און מער װי 100 פֿאַרװוּנדעט. די טערקישע פּאָליצײ האָט אַרעסטירט 9 מענטשן פֿאַרדעכטיקט אין אָנטײל נעמען אין די צוגרײטונגען פֿון דעם אַטענטאַט.
טעהעראַן: „מיר װעלן אָנטײל נעמען אין דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ װעגן פּראָבלעמען אין סיריע, אױב מע װעט אונדז אײַנלאַדן‟.
קאַיִר. פּרעמיער הישאַם קאַנדיל: „דער טױער צװישן עגיפּטן און עזה־פּאַס איז פֿרײַנדלעך אױפֿגעפּראַלט פֿאַרן טערקישן פּרעמיער ערדאָגאַן‟.
אַנקאַראַ. פּרעמיער ערדאָגאַן: „דער באַװאָפֿנטער קאָנפֿליקט אין סיריע איז אַן אמתע סכּנה פֿאַרן גאַנצן מיטלענדישן ראַיאָן‟. די צאָל דערהרגעטע אין סיריע איז אַריבער 80000 מענטשן.
תּל־אָבֿיבֿ. אַ גרענעצלער האָט דערשאָסן אױף טױט זײַן 26־יאָריקע פֿרױ און נאָך דעם — זיך אַלײן, פֿאַר די אױגן פֿון זײער פּיצל קינד. דאָס איז שױן דער דריטער פֿאַל פֿון משפּחה־רציחה זינט יאַנואַר 2013.
ירושלים. בעת די אַרכעאָלאָגישע אױסגראָבונגען אין בית־קמה איז אַנטדעקט געװאָרן אַן אַלטע מאָזאַיִק פֿון דער ביזאַנטישער תּקופֿה אין ארץ־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.