קאָרפּוס-קריסטי, שטאַט טעקסאַס. — מיט צען יאָר צוריק, האָבן די ייִדן אין דער שטאָט קאָרפּוס-קריסטי, טעקסאַס, באַשלאָסן, אַז זיי מוזן עפּעס טאָן, כּדי צו ראַטעווען זייערע צוויי שילן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט באַטרעפֿט צום מערסטן 1,000 נפֿשות; בלויז 60 משפּחות זענען מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה. די אָרטיקע קאָנסערוואַטיווע שיל, „בני-ישׂראל‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן מיט 60 יאָר צוריק, האָט געליטן פֿון פֿינאַנציעלע צרות. דעריבער, האָט זי זיך פֿאַראייניקט, אינעם יאָר 2005, מיט דער רעפֿאָרמער סינאַגאָגע „טעמפּל בית-א-ל‟.
עס האָט זיך באַקומען אַ נײַע שיל, מיטן נאָמען „קאָנגרעגאַציע בית-ישׂראל‟, וווּ די מינהגים פֿון ביידע שילן ווערן קאָמבינירט. אין די 1940ער יאָרן, האָט דאָס ייִדישע לעבן געבליט אין קאָרפּוס-קריסטי. הײַנט אָבער, האָט די קליינע קהילה געמוזט זיך געבן אַן עצה, ווי אַזוי צו עקזיסטירן ווײַטער.
די קאָמבינירטע שיל איז נישט די איינציקע פֿון אַזאַ מין. דער רעפֿאָרמער ראַבינער קענעט ראָזמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז פֿרײַטיק בײַנאַכט דאַוונט מען אין זײַן „בית-ישׂראל‟ לויטן רעפֿאָרם-נוסח, און שבת אינדערפֿרי — אויף אַ קאָנסערוואַטיוון שטייגער. ווען אַ משפּחה קלײַבט זיך צו פּראַווען אַ בר-מיצווה אָדער אַ בת-מיצווה, קאָנען זיי אויסקלײַבן דעם טאָג און די דענאָמינאַציע פֿאַר זייער שׂימחה.
כּדי אָפּצוהיטן דעם גײַסט פֿון דער אַלטער קאָנסערוואַטיווער שיל, האָבן אירע מיטגלידער אַריבערגעבראַכט פֿון דאָרטן דאָס מעבל און אַ טייל פֿון די וויטראַזשן, וועלכע מע האָט אינסטאַלירט אין דער קליינער נײַער סינאַגאָגע. „ס׳איז נישט די בעסטע זאַך‟, האָט געמאָלדן ראָזמאַן, „אָבער נשקשה‟. אַ צאָל אַנדערע אַמעריקאַנער שילן האָט זיך פֿאָרמעל פֿאַראייניקט אויף אַן ענלעכן אופֿן, אָפֿט צוליב פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען פֿון קליינע ייִדישע קהילות.
דוד פֿײַן, דער רבנישער דירעקטאָר פֿון דער קליינער שיל-נעץ בײַ דעם „פֿאַרבאַנד פֿון רעפֿאָרם-סינאַגאָגעס‟, האָט געזאָגט, אַז ביז לעצטנס וואָלט מען נישט געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן אַזעלכע קאָמבינאַציעס. אַ סך קהילות האָבן זיך געמיט במשך פֿון יאָרן אונטערצושטרײַכן זייער אונטערשייד פֿון די אַנדערע. נישט זעלטן, איז די עיקר-אידענטיפֿיקאַציע בײַ זיי איז געווען אַ נעגאַטיווע — צו ווײַזן, ווער זיי זענען נישט. הײַנט האָט זיך דער מצבֿ געביטן, און זיי פֿרעגן: „וואָס האָבן מיר אין אַלגעמיין מיט זיי?‟.
אין דרום-קאַליפֿאָרניע, האָט דער אָרטיקער רעפֿאָרם-טעמפּל „בית-א-ל‟ זיך פֿאַראייניקט מיט דער קאָנסערוואַטיווער „קאָנגרעגאַציע אילת‟ — צוליב דעם, וואָס ביידע קהילות זענען געוואָרן אַלץ קלענער. אינעם יאָר 2010, האָבן 80 פּראָצענט פֿון 120 משפּחות, וועלכע פֿלעגן גיין אין דער קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע, באַשלאָסן צו ווערן אַ טייל פֿון דער גרעסערער רעפֿאָרם-שיל מיט 650 מיטגליד-משפּחות.
אַ צאָל געוועזענע מיטגלידער פֿון „אילת‟ האָבן באַקומען פֿירנדיקע פּאָזיציעס אין דער פֿאַראייניקטער קהילה; מע האָט אָפּגעכּשרט איינע פֿון די גאָרקיכן לויט די קאָנסערוואַטיווע סטאַנדאַרטן און באַטראַכט, וואָס צו טאָן מיט אַזעלכע ענינים, ווי מוזיק אום שבת אָדער קינדער פֿון אַ ייִדישן טאַטן און אַ ניט-ייִדישער מאַמען, וועלכע ווערן אָנערקענט ווי ייִדן בײַ די רעפֿאָרמער, אָבער נישט בײַ די קאָנסערוואַטיווע.
הײַנט ווערט די דערמאָנטע שיל אָנגעפֿירט דורך דרײַ ראַבינער — צוויי רעפֿאָרמער און איין קאָנסערוואַטיווער. איינער פֿון זיי האָט באַמערקט, אַז די חילוקים צווישן די קאָנגרעגאַציעס זענען נישט קלאָר, דערפֿאַר האָט די שיל מיט דערפֿאָלג געשאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע בילדונג-פּראָגראַם און דערמעגלעכט ביידע מינים רבנים אויפֿצוטרעטן מיט אַ דרשה ימים-נוראָים.
נאָך דעם הוראַגאַן „קאַטרינע‟ האָט די פֿאַרפֿלייצטע אָרטאָדאָקסישע שיל „בית-ישׂראל‟ אין ניו-אָרלין זיך אַריבערגעקליבן אין דער רעפֿאָרמער סינאַגאָגע „שערי-תּפֿילה‟, וועלכע האָט נישט געליטן פֿונעם הוראַגאַן. שפּעטער האָבן די אָרטאָדאָקסן אויסגעבויט אַן נײַעם אייגענעם בנין אויף אַ שטח, וועלכן זיי האָבן געקויפֿט אינעם הויף פֿון דער רעפֿאָרמער שיל. קינדער פֿון ביידע קהילות שפּילן זיך נאָכן אַלץ אינעם זעלבן שיל-הויף.
אורי טאָפּאָלסקי, דער רבֿ פֿון דער ניו-אָרלינער „בית-ישׂראל‟, האָט געזאָגט, אַז דאָס איז געווען אַ בײַשפּיל, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע מענטשן אין אַ ייִדישער קהילה קאָנען זיך פֿרײַנדלעך באַציִען און אַרויסהעלפֿן איינער צום צווייטן, אויב זיי ווילן דערגרייכן עפּעס גוטס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.