דער נאָמען פֿון עדיט פּערלמאַנס זאַמלבוך פֿון דערצײלונגען, „בינאָקולאַרע ראיה‟, איז אַ שליסל צו דעם ספּעציעלן מעטאָד פֿון לײענען זײ. יעדע געשיכטע האָט אַ קלאָרן סיפּור־המעשׂה, מיט אַן אָנהײב און אַ סוף, אָבער דערצו פֿאַרמאָגט זי נאָך אַ „מעשׂה איבער אַ מעשׂה‟. און די דאָזיקע צװײטע מעשׂה אַנטפּלעקט זיך דורך רמזים און סימנים, װאָס זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבערן טעקסט. דאָס איז אַ מין צװײטער דנאָ אין אַ קאַסטן, װוּ עס ליגן פֿאַרבאַהאַלטן געהײמע אוצרות.
כּסדר מײַדט פּערלמאַן אױס דראַמאַטישע עפֿעקטן. איר דערצײלערישער טאָן איז אַ רויִקער, די געשעענישן זײַנען טאָג־טעגלעכע, און די העלדן — לרובֿ אַמעריקאַנער פֿרױען און מענער פֿון אַ גאַנץ יאָר. אָבער יעדער פֿון זײ האָט אַ געשיכטע, װאָס באַװירקט דעם גאַנג פֿון זײַן לעבן. אַזױ אַרום האָבן אַלע פּערסאָנאַזשן אַזױ װי צװײ כאַראַקטערן, אַ ניגלה און אַ ניסתּר.
דער דאָזיקער דערצײלערישער מכשיר װערט אַנטפּלעקט אין דער געשיכטע מיטן אײגענעם נאָמען װי דאָס גאַנצע בוך. טאָג־אײַן, טאָג־אױס קוקט די יונגע דערצײלערין דורך אַ בינאָקל אין די פֿענצטער פֿונעם שכנישן הױז. זי זעט װי דער מאַן קומט יעדן אָװנט אַ הײם, לאָזט זײַן אױטאָ איבער אינעם גאַראַזש און זעצט זיך אַװעק עסן װעטשערע מיט זײַן פֿרױ. דער אײנציקער מאָמענט, װאָס זי קאָן ניט זען דורך די פֿענצטער, איז דעם מאַנס אַרײַנקומען אינעם הױז פֿונעם גאַראַזש. פּלוצעם אײן טאָג װײַזט זיך אַרױס, אַז דער מאַן האָט זיך גענומען דאָס לעבן. ער האָט זיך פֿאַרשלאָסן אינעם גאַראַזש אינעם אױטאָ און געלאָזט דעם מאָטאָר אַרבעטן. דער נעקראָלאָג אין די צײַטונגען זאָגט, אַז נאָך אים איז פֿאַרבליבן בלױז זײַן מוטער. איז װער זשע איז געװען די פֿרױ, װאָס האָט געלעבט מיט אים אינעם הױז? פּלוצעם איז די באַנאַלע קלאָרקײט װי אױסגערונען פֿון דער דערצײלונג, און דער סוד פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ איז געבליבן אַנטבלויזט און נאַקעט.
יעדע מעשׂה האָט אַ באַשטימטן סוף, אָבער ניט קײן לײזונג. אַ צאָל פֿון פּערלמאַנס העלדן זײַנען אַמעריקאַנער ייִדן, װעלכע טראָגן אין זיך זײער עבֿר װי אַן אָפֿענע פֿראַגע. אַזױ איז למשל די סעריע פֿון דרײַ דערצײלונגען װעגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿרױ סאָניע. ערבֿ דער צװײטער װעלט־מלחמה איז זי געשיקט געוואָרן דורך דעם אַמעריקאַנער „דזשױנט‟ קײן לאָנדאָן צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים פֿון אײראָפּע. נאָכן סוף פֿון דער מלחמה װערט זי אַריבערגעפֿירט אין אײנעם פֿון די אַמעריקאַנער לאַגערן פֿאַר די „די־פּי פּערסאָנס‟ אין דײַטשלאַנד, און צום סוף, האָט זי חתונה מיט אירן אַ מיטאַרבעטער און קערט זיך צוריק אום קײן ניו־יאָרק.
דער שױדער פֿונעם חורבן בלײַבט אױפֿן הינטערגרונט פֿון דער טאָג-טעגלעכער רוטינע פֿון סאָניעס אַרבעט. פּערלמאַן האַלט אַ שאַרף אויג אויף די מאַטעריעלע פּרטים פֿונעם אַרום, אַזעלכע װי בגדים, מעבל און לאַנדשאַפֿט. דאָס אַלץ װערט באַלאָדן מיט טיפֿערע באַטײַטן װאָס טראָגן אין זיך ברעקלעך פֿון נעכטן. אין ניו־יאָרק געפֿינט סאָניע צופֿעליק אַ שײנעם מענערישן מאַנטל אין אַ שאַפֿע פֿון דער געדונגענער דירה, און דער דאָזיקער מאַנטל װעקט אױף דעם דרעמלענדיקן אײראָפּעיִשן אַמאָל, װאָס איז נעלם געװאָרן אינעם חורבן.
די טעמע פֿון זוכן די אײראָפּעיִשע װאָרצלען איז פּאָפּולער אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, און בפֿרט בײַ די מחברים פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם. װאָס מאַכט פּערלמאַן יוצא־מן־הכּלל איז קודם־כּל איר ליטעראַרישע מײַסטערשאַפֿט. אַלע װערטער זײַנען אויפֿן אָרט, אַלע אימאַזשן און כאַראַקטערן זײַנען געשילדערט זײער פּרעציז און שאַרף, און אַלע דערצײלערישע ליניעס שנײַדן זיך איבער פּונקט אינעם ריכטיקן מאָמענט.
אָבער די גרעסטע מעלה פֿון פּערלמאַנס פּראָזע איז דאָס כּישוף־געפֿיל, װאָס זי לאָזן איבער נאָך זיך בײַם לײענער. די שרײַבערין האָט זיך אַ סך אָנגעלערנט בײַ די קלאַסיקער פֿונעם דערצײלערישן זשאַנער, און מען פֿאַרגלײַכט זי אָפֿטמאָל מיט טשעכאָװן. אַ ספֿק, צי זי האָט אַ מאָל געלײענט בערגעלסאָנען, אָבער אַ פֿאַרגלײַך מיט אים װאָלט געװען אױך אַ פּאַסיקער. טיף אין האַרצן זײַנען פּערלמאַנס העלדן אײנזאַמע נשמות, װאָס נײטיקן זיך אין ליבע און מיטלײַד. אָבער זײ אַלע טראָגן טיף אין זיך עפּעס אַזױנס, װאָס טײלט זײ אָפּ פֿון זײער סבֿיבֿה. די דאָזיקע גלות־פֿיגורן זוכן אַ הײם אין זײער הײַנטיקן אַרום, אָבער קאָנען זי קײן מאָל ניט געפֿינען.
דאָס „עפּעס‟, װאָס איז דער קערן פֿון זײער אײנזאַמקײט, איז די ירושה פֿון די פֿריִערע דורות. דער עבֿר װערט צעבראָכן אױף קלײנטשיקע ברעקלעך, װאָס מען באַמערקט קױם אַרום זיך. אָבער צום סוף זײַנען דװקא אָט די ברעקלעך וויכטיק פֿאַרן צוקונפֿטיקן גורל פֿונעם מענטשן. די יונגע קינדס־קינדער פֿונעם ספֿרדישן גבֿיר און חכם דאָן יצחק אברבנל (דערצײלונג „גראַנסקי‟) פֿאַרלאָזן זײער משפּחה–נעסט נאָכן טױט פֿון זײער באָבע, אָבער יעדער אײנער נעמט מיט זיך אַ שטיקל געמײנזאַמען עבֿר, װאָס װעט, סוף־כּל־סוף, באַשטימען זײער לעבן.
אין פּערלמאַנס מוסטערהאַפֿטיקער ענגלישער שפּראַך טרעפֿן זיך דאָ און דאָרטן פֿרעמדשפּראַכיקע װערטער פֿון דײַטש, רוסיש, פֿראַנצױזיש, ייִדיש. זײ דערמאָנען אָן די אַלטע פֿאַרגעסענע שפּראַכן פֿון אימיגראַנטן, װאָס האָבן זיך צעלאָזט, װי זאַלץ אינעם ים, אינעם אַמעריקאַנער ענגליש. דורך זײ קאָנען אײניקע העלדן דערגרײכן צו אַן עבֿר, װאָס קאָן זײַן אין גאַנצן אױסגעטראַכט. אַזױנס קומט פֿאָר אין דער דערצײלונג „ייִחוס‟ װעגן אַן אַלטער פֿרױ, װעלכע האַלט זיך פֿאַר אַ רוסישער גרױס־פֿירשטין פֿון ראָמאַנאָװס דינאַסטיע. װען זי דערצײלט װעגן דעם פֿאַרן טױט אױף רוסיש אינעם אַמעריקאַנער שפּיטאָל, ענטפֿערט איר די אײנציקע דאָקטאָרין, װאָס פֿאַרשטײט די שפּראַך: „אױב ס׳איז אַ ליגן, איז דאָס ברײטהאַרציק. און אױב ס׳איז אַן אמת, װעט עס בלײַבן צװישן אונדז.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.