נאָך דער באָמבאַרדירונג פֿון ישׂראל אין סיריע האָט די מעדיאַ געפֿרעגט, צי די מלחמה אין סיריע הייבט זיך אָן פֿאַרשפּרייטן אויפֿן גאַנצן מיטל-מיזרח? די פֿראַגע איז פּשוט אַ קאָמישע — פֿון אָנהייב אָן איז דאָך די מלחמה געווען אַן אינטערנאַציאָנאַלע. דער ברענשטאָף פֿון דער מלחמה איז דאָך נישט בלויז דער קאָנפֿליקט צווישן די פֿאַרשידענע פֿראַקציעס אין סיריע גופֿא, נאָר אויך די רײַבונגען צווישן דער סוניטישער אַראַבישער וועלט און איראַן, צווישן רוסלאַנד און דער מערבֿ-וועלט.
לבֿנון, צום בײַשפּיל, איז כּמעט גלײַך אַרײַנגעטראָטן אינעם קריג. געשיכטלעך זײַנען לבֿנון און סיריע שטאַרק פֿאַרבונדן צווישן זיך. זיי זײַנען געווען פֿאַראייניקט אונטער דעם פֿראַנצויזישן מאַנדאַט און אומאָפֿיציעל פֿאַראייניקט אונטער דער מאַכט פֿון דער סירישער אַרמיי. די זעלבע רעליגיעזע קאָנפֿליקטן וואָס עקזיסטירן אין סיריע, עקזיסטירן אויך אין לבֿנון. איין אונטערשייד: דער פּראָצענט פֿון די פֿאַרשיידענע עדות אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג איז אַנדערש. דער רעזולטאַט דערפֿון איז אַ שטענדיקער מאַנגל אין זיכערהייט אין לבֿנון.
קריגערײַען קומען פֿאָר יעדן טאָג אין טריפּאָלי, ספּעציעל צווישן דזשאַבאַל מאַכסען — אַ געגנט, באַוווינט מיט אַלאַוויטן וואָס שטיצט אַסאַדס רעזשים, און באַב אַל-טאַבאַנאַ, אַ סוניטישער ראַיאָן וואָס שטיצט, נאַטירלעך, די רעבעלן. די אײַנוווינער פֿון טריפּאָלי האָבן אין 2012 און 2013 פּראָטעסטירט עטלעכע מאָל קעגן דעם געוואַלד. אין גאַנץ לבֿנון, פּונקט ווי אין סיריע, איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט אַ מין „מינהג‟, אַז ביידע זײַטן פֿונעם קאָנפֿליקט זאָלן פֿאַרכאַפּן זייערע שׂונאים. דער מצבֿ איז געוואָרן אַזוי געפֿערלעך, אַז אַלע מדינות פֿונעם גאָלף האָבן פֿאַרבאָטן זייערע בירגער צו פֿאָרן קיין לבֿנון זינט יוני 2012.
און איצט זעט אויס, אַז די מלחמה וועט ממש זיך פֿאַרשפּרייטן אין לבֿנון. ביז דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן אַלע פּאַרטייען און פֿראַקציעס מקפּיד געווען צו זאָגן, אַז לבֿנון טאָר נישט ווערן אַ טייל פֿון דער מלחמה. דער צוגאַנג אָבער איז דורכגעפֿאַלן אין אַפּריל, ווען אַ גרויסע צאָל כעזבאָלאַ-לײַט זײַנען אומגעקומען אין אַ שלאַכט אין סיריע. „כעזבאָלאַ‟ אַליין האָט זיך פֿאַרענטפֿערט דעמאָלט און געטענהט, אַז זי קעמפֿט נישט, נאָר זי היט אָפּ די שיִיִטן אויף דער גרענעץ, וואָס געהערט פֿאַקטיש צו לבֿנון. די עקסטרעמע סוניטן האַלטן דאָס ווי אַ „תּירוץ פֿאַר די בענטשליכט‟ און האָבן שוין פּראָקלאַמירט אַ „דזשיהאַד‟.
אויך יאָרדאַניע נעמט שוין אָנטייל אין דער מלחמה; אמת, דערווײַל אויף אַ מער באַגרענעצטן אופֿן. עס געשעט, אַז קעמפֿער שמוגלען געווער פֿון יאָרדאַניע קיין סיריע. די רעבעלן פֿאַרשטעלן זיך ווי פּליטים, כּדי מע זאָל זיי אַרײַנלאָזן אין יאָרדאַניע. זיי קריגן דאָרט עסן, מעדיצין און געווער און לויפֿן צוריק איבער דער גרענעץ, קיין סיריע. דאָס זעלבע קומט אויך פֿאָר אין טערקײַ, וווּ מע האָט אַפֿילו באַשולדיקט די סירישע רעגירונג, אַז זי שמוגלט אַרײַן געווער אין אַמבולאַנסן.
מע דאַרף נישט מיינען, אָבער, אַז די מלחמה בלײַבט נאָר אַ לעוואַנטישער ענין. דער סירישער רעזשים איז פֿון לאַנג געווען אַן אַגענט פֿון איראַן און בלײַבט אַזאַ ביז הײַנט צו טאָג. די רעבעלן זײַנען נישט פֿאַראייניקט מען זאָל קענען זאָגן, אַז זיי זײַנען אַן אַגענט פֿון איין פּאַרטיי; אָבער מען קען יאָ זאָגן, אַז די רעבעלן זײַנען אין אַלגעמיין אונטערגעשטיצט פֿון פֿאַרשידענע סוניטישע, איסלאַמיסטישע פּאַרטייען, וואָס ווילן נישט, אַז סיריע זאָל בלײַבן אין די הענט פֿון די שיִיִטישע אַלאַוויטן; סײַ די גאָלף-שטעט און סײַ די טעראָריסטן. אייראָפע שטיצט די רעבעלן צוליב אירע אייגענע פּראָ-דעמאָקראַטישע איבערצײַגונגען, אָבער שטיצן שטיצט זי נישט מיט געלט אָדער געווער.
אַלע אין דעם ראַיאָן קוקן אויף דעם וואָס עס פּאַסירט אין סיריע, ווי אויף אַ הקדמה צו דער מלחמה מיט איראַן. איראַן וויל, אַסאַד זאָל זײַן שטאַרק, כּדי ממשיך צו זײַן צו שיקן געלט און געווער צו אירע אַגענטן פֿון כאַאָס אין מיטל-מיזרח. סיריע איז אַ וויכטיקע פֿאַרבינדונג צווישן פּערסיע און דעם מיטלענדישן ים. פֿון דער זײַט פֿון די סוניטישע מלוכות אין גאָלף, איז די רעוואָלוציע אַ געלעגנהייט צו מאַכן שוואַכער זייער גרעסטן שׂונא — איראַן.
די סירישע רעוואָלוציע, ווי געזאָגט, האָט אויפֿגעבלאָזן דעם פֿײַער צווישן רוסלאַנד און דעם מערבֿ. די גאווה און נאַציאָנאַליסטישע אַמביציעס פֿון רוסלאַנד לאָזן מאָסקווע נישט צו שפּילן דעם צווייטן פֿידל אין דער מערבֿ־וועלט. אויסער דעם, איז דעמאָקראַטיע נישט קיין גאָר ממשותדיקע זאַך פֿאַר רוסלאַנד, באַזונדערס נישט בײַ אַזאַ רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. כינע ווידער, ווי אַ נײַער אימפּעריע, וויל אויך שטיצן די „רשעים‟ פֿון דער מעשׂה, כּדי אויסצוזען נאָך גרעסער.
אין אַלע לענדער פֿון מיטל-מיזרח איז סיריע געוואָרן לעצטנס אַ סימבאָל פֿון שפּאַנונגען, צוליב דער פֿאַרשידנקייט אין דער באַפֿעלקערונג, ווי מיר האָבן עס פֿריִער געזען אין לבֿנון און איראַק, צווישן די סוניטן און שיִיִטן; אַ בלוטיקער סימבאָל וואָס איז געבליבן הענגען איבער די דעמאָקראַטישע און אַנטי-דעמאָקראַטישע מאַכטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.