ניו-יאָרק. — עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די הויפּט-פֿירער פֿון דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ — אַ ייִדישע גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט תּבֿיעות פֿון חורבן-געליטענע משפּחות, וועלכע פֿאָדערן קאָמפּענסאַציעס פֿון דער דײַטשישער רעגירונג — האָבן געוווּסט וועגן דעם שווינדל, וועלכער איז אָנגעגאַנגען אין זייער אָרגאַניזאַציע במשך פֿון אַ סך יאָר, איידער זיי האָבן באַשלאָסן אָפּצושטעלן די מאַכינאַציעס.
מיט 15 יאָר צוריק, האָבן געוויסע באַאַמטע פֿון דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ אָנגעהויבן אויסגעבן קאָמפּענסאַציע-סומעס צו פֿאַלשע יורשים פֿון חורבן-געליטענע. אין יוני 2001, ווי דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט אויסגעפֿונען, האָט די אָרגאַניזאַציע באַקומען אַ בריוו, וווּ דער שווינדערײַ-מעכאַניזם איז גענוי באַשריבן געוואָרן. די הויפּט-פֿירער פֿון דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ האָבן זיך אָבער צוגעהערט צו די תּירוצים פֿונעם מענטשן, וועלכער האָט אָרגאַניזירט די מאַכינאַציע-סכעמע — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ פֿאָרלויפֿיקע אויספֿאָרשונג האָט באַשטעטיקט די ידיעות פֿונעם בריוו.
סעמיאָן דאָמניצער, דער הויפּט-מאַכינאַטאָר, איז דעם 8טן מײַ פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין שווינדלערײַ, צוזאַמען מיט צוויי פֿרויען, אָקסאַנאַ ראָמאַליס און ליובאַ קראַמיש. נאָך 28 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל מיטאַרבעטער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, האָבן זיך מודה געווען אָדער פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן דורכן געריכט. דעם 10טן סעפּטעמבער פּלאַנירט מען צו פֿאַרמישפּטן די שווינדלער.
דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ האָט באַקומען דעם אַנאָנימען בריוו, אָנגעשריבן, מסתּמא, פֿון אַ „קאָנפֿערענץ‟-באַאַמטן, וועלכער האָט דערציילט די פֿאַרוואַלטער וועגן דעם שווינדל. דער בריוו, אָנגעשריבן אויף אַ פֿאַרגרײַזטן ענגליש, האָט רעפּרעזענטירט, כּלומרשט, אַ נישט-אָרגאַניזירנדיקע גרופּע — „אַסאָציאַציע פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן אין אַמעריקע‟, וועלכע פֿאַרטיידיקט די אינטערעסן פֿון עלטערע אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון דער שארית-הפּליטה.
גרעג שנײַדער, דער אויספֿיר-דירעקטאָר פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, האָט דעמאָלט פֿאַרקוקט דעם בריוו. ערשט אין 2009, איז ער, „שאָקירט און איבערראַשט‟, געווויר געוואָרן, אַז זײַנע באַאַמטע האָבן אויסגעוועבט אַ גאַנצע נעץ פֿון מאַכינאַציעס.
בסך-הכּל, האָבן די שווינדלער צוגעגנבֿעט 57 מיליאָן דאָלאַר. אין אַ טייל פֿאַלן, האָבן זיי פֿאַלסיפֿיצירט דאָקומענטן און געדונגען מענטשן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר לעגיטימע קאָמפּענסאַציע-יורשים.
דער פֿעדעראַלער געריכט-זאַל אין מאַנהעטן, וווּ דער מישפּט-פּראָצעס איז פֿאָרגעקומען, איז געווען אומגעוויינטלעך ליידיק. בלויז אַ קליינע צאָל קרובֿים און פֿרײַנד פֿון די באַשולדיקטע זענען געקומען צו דער זיצונג. די אײַנגעשוווירענע האָבן באַשטעטיקט די שולד פֿון אַלע דרײַ שווינדלער.
פֿאַר אַ סך אַנדערע מענטשן אין אַמעריקע און אַרום דער וועלט איז, אָבער, דער עצם-פֿאַקט פֿון געריכט-באַשולדיקונג נישט געווען אַזוי וויכטיק, ווי די רעפּוטאַציע-מפּלה פֿון אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן צעטיילן די דײַטשישע מלוכישע רעפּאַראַציע-פֿאָנדן. ישׂראל לײַבלער, אַ געוועזענער מיטגליד פֿונעם „ייִדישן וועלט-קאָנגרעס‟ און אַ לאַנג-יאָריקער קריטיקער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, האָט געטענהט אין אַן אינטערוויו דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז גרעג שנײַדער און דזשוליוס ברעמאַן, די הויפּטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, זענען אויפֿגעטראָטן מיט „אַ סטאַליניסטישער‟ רעזאָלוציע, לויט וועלכער די „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ קאָן נישט זײַן שולדיק, אַנשטאָט אויסצופֿאָרשן די שווינדלערישע מעשׂים פֿון זייערע באַאַמטע. לײַבלער האָט צוגעגעבן, אַז אין אַן ערנסטער און אָפֿענער פֿירמע וואָלטן אַזעלכע מאַכינאַציעס נישט געקאָנט אָנגיין.
בערמאַן האָט געזאָגט דעם ענגלישן „פֿאָרווערטס‟, אַז ער לייקנט אָפּ לײַבלערס באַשולדיקונגען. ער האָט דערקלערט, אַז דער דירעקטאָראַט פֿון דער „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟ באַשטייט פֿון מענטשן, וועלכע רעפּרעזענטירן 20 באַקאַנטע ערנסטע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט „בני-ברית‟ און דעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟. צום בײַשפּיל, איז שמואל נאָריך, דער פֿאַרוואַלטער פֿון אונדזער „פֿאָרווערטס-אַסאָציאַציע‟, אַ פֿאָרשטייער פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער-קאָמיטעט‟. לויט בערמאַנען, האָט זײַן אָרגאַניזאַציע אָנגענומען די נייטיקע מאָסמיטלען, באַלד ווען זי האָט אַנטדעקט דעם שווינדל.
סעם דובין, אַ פֿלאָרידער אַדוואָקאַט, וועלכער קריטיקירט שוין לאַנג די „תּבֿיעות-קאָנפֿערענץ‟, מיינט: צי די פֿאַרוואַלטונג האָט יאָ געקאָנט זיך דערוויסן וועגן די מאַכינאַציעס, צי נישט — איז עס נישט רעלעוואַנט. אַזוי צי אַזוי, האָט די אָרגאַניזאַציע אַרויסגעוויזן איר אומבאַהאָלפֿנקייט.
די פּראָקוראָרין רעבעקאַ ראָר האָט דערציילט דעם געריכט, ווי די שווינדלער האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע נעץ פֿון פֿאַלשע תּבֿיעות. די דרײַ רוסיש-רעדנדיקע הויפּט-אָרגאַניזאַטאָרן פֿלעגט אַרויסשיקן ליידיקע דאָקומענט-פֿאָרמען און באַקומען חתימות פֿון רוסיש-שפּראַכיקע אימיגראַנטן און זייערע קינדער.
האַרווי סלאָוויס, אָקסאַנאַ ראָמאַליסעס אַדוואָקאַט, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ לאַנגער פֿאַרטיידיקונג-דרשה, ציטירנדיק שעקספּירן און דעם רעזשיסאָר ספּײַק לי. לויט סלאָוויסן, האָט ראָמאַליס נישט באַקומען קיין פּערזענלעכן רווח פֿון די מאַכינאַציעס, און האָט זיך באַשעפּטיקט מיטן שווינדל בלויז ווײַל אירער אַ חבֿר האָט זי געבעטן. דער אַדוואָקאַט האָט צוגעגעבן, אַז אַפֿילו די אייניקלעך פֿון די שארית-הפּליטה וואָלטן, מעגלעך, געקאָנט האָבן דאָס רעכט צו קריגן אַ קאָמפּענסאַציע. „דאָס איז נישט דאָס דײַטשישע, נאָר דאָס ייִדישע געלט‟.
די דאָזיקע השערה האָט, מסתּמא, פֿאַרחידושט אַ פֿאָרשטייערין פֿונעם דײַטשישן קאָנסולאַט, וועלכער האָט אָבסערווירט דעם געריכט-פּראָצעס. די דײַטשישע מלוכה האָט זי ספּעציעל געשיקט אינעם געריכט-זאַל, כּדי אויסצוגעפֿינען גענוי, פֿאַרוואָס און ווי אַזוי דאָס געלט פֿון די הײַנטיקע דײַטשישע שטײַער-צאָלער, וועלכע האָבן נישט געהאַט קיין שײַכות צו די נאַצי-פֿאַרברעכנס, האָט זיך באַוויזן אין די קעשענעס פֿון מענטשן, וועלכע האָבן נישט קיין שײַכות צו דער שארית-הפּליטה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.