אַ פֿאַרלוירענער

A Lost Soul


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 17, 2013, issue of June 07, 2013.

שוין יאָרן ווי איך כאַפּ אַ שפּאַציר אין פּאַרק לעבן מײַן הויז, און דאָס יעדן צו פֿרי. שוין יאָרן ווי איך זע די זעלבע פֿרוי, אַ יונגע, אַ הויכע, אָנגעטאָן אין אָפּגעריסענע שמאַטעס, ווי עפּעס אַ בעטלערקע, מיט צעריסענע קאַמאַשן, אַ שמוציקן הוט אויפֿן קאָפּ, וווּ די טויבן וואָרקען בשעת זיי באַזעצן איר הוט. זי קומט אין פּאַרק מיט טרוקענע קרישקעס ברויט און האַלט אין איין קאָרמען די טויבן.

ווי נאָר זי דערזעט מענטשן דערנענטערן זיך, אַזוי דרייט זי זיך אַוועק אויף נישט צו ווײַזן איר פּנים. פֿון צײַט צו צײַט רעדט זי צו זיך, אַ סימן, אַז עפּעס טויג נישט אין איר אויבערשטיבל. מיטאַמאָל, זעט מען זי אַרומדרייען זיך לעבן אַ מאַנספּאַרשוין, יענער דרייט זיך אַוועק פֿון איר, לייענט כּלומרשט אַ צײַטונג. זי פּרובירט זיך דערנענטערן צו אים, ער דרייט אַוועק דעם קאָפּ. ער פֿאַררייכערט אַ ליולקע, זי דריידלט זיך אַרום אים. ער בייגט אַוועק דעם קאָפּ, זי בלײַבט שטיין און וואַרט, אַז עפּעס זאָל געשען.

פּאַסירן פּאַסירט, אַז ער פֿאַרלאָזט דעם פּאַרק, זי — נאָך אים, און ביידע ווערן זיי ערגעץ אַנטרינען אין די דערבײַיִקע הײַזער. און אַזוי כּסדר. מענטשן שושקען זיך, מ’טראָגט זיך אַרום מיט רכילות, מ’ווײַזט אָן אויף איר מיט אַ פֿינגער און זי ווערט וואָס אַמאָל שטײַפֿער און אָפּגעזונדערט.

די סעזאָנען בײַטן זיך. זי איז דאָ אין פּאַרק זומער און ווינטער, מיט די לעכערדיקע קאַמאַשן אין שניי, אין אַ שמוציק רעקל, מיטן זעלבן הוט וואָס פֿאַרשטעלט איר פּנים.

אַנומלטן האָב איך ווידער אַ מאָל געכאַפּט אַ שפּאַציר אין פּאַרק מיט מײַן גוטער פֿרײַנדינע לאהן, און ווידער אַ מאָל די זעלבע סצענע, אין דרויסן איז פֿרילינג, די ביימער שטייען אין צוויט מיט ווײַסע, פּוכיקע בלימעלעך, דער פּאַרק דערוואַכט פֿון אַ לאַנגן ווינטערדיקן שלאָף, די גראָזן רײַסן זיך אין אַ פֿאַרמעסט, ווער וועמען ס’וועט איבערוואַקסן, און די פֿאַרוואָרלאָזטע נשמה פֿון דער זעלבער יונגער פֿרוי ליגט אין איר ווי אין חלשות. זי שטייט איינינקע אַליין, דאַכט זיך, פֿאַרלוירן אונטערן שמוציקן הוט וואָס פֿאַרשטעלט איר פּנים.

אפֿשר שלינגט זי אַ בינטל מעדיקאַמענטן וואָס מאַטערן זי. אפֿשר נעמט זי אײַן נאַרקאָטיקעס, און ס’דערוועקט זיך אַ גרויס רחמנות אויף איר. די פֿאַרבײַגייער יאָגן נאָך זייערע הינטלעך, רעדן צו זיי ווי מען רעדט צו אַ מענטשן:

„קום צו מאַמין זיסקייט, ביסט שוין מסתּמא מיד דזשאָרדזשי? וואָס זאָל איך דיר געבן אויף מיטיק?‟

דאָס הינטל דרייט מיטן עקעלע, קוקט איר גלײַך אין מויל אַרײַן ווי עס וואָלט דאָרט געלעגן זײַן ישועה, און ער לעקט זיך צו איר ווי אַ קליין קינד. און פּלוצעם אַ שטיק נײַעס. די פֿאַרשליאָכעטע פֿרוי אין דעם אָפּגעריסענעם הולך, שטעלט אונדז אָפּ און פֿאַרפֿירט אַ שמועס:

„איך זע אײַך דאָ אין פּאַרק כּסדר, ווער זײַט איר?‟ — וויל זי וויסן.

„און ווער זײַט איר?‟ איז אונדזער ענטפֿער, צום ערשטן מאָל זעען מיר אַ יונגע, שיינע פֿרוי, מיט א חנעוודיקן שמייכל.

„וווּ זײַנען די טויבן אַהינגעקומען?‟ לאָזן מיר זי נישט אָפּ. „זיי לאַנדן שוין נישט אויף אײַער הוט?‟

„איך האָב שוין פֿון לאַנג אויפֿגעגעבן די טויבן, שמוציקע פֿייגל, איצט גיב איך זיך אָפּ מיט וועווערקעס. זיי זײַנען פֿריילעכע באַשעפֿענישן.‟

זי צעשמייכלט זיך און לאָזט אונדז נישט אָפּ:

„איר האָט אפֿשר געזען דעם לעצטן פֿילם וואָס שפּילט אין דער ׳אַנדזשעליקאַ׳ קינאָ אין ווילעדזש.‟

„ווי הייסט דער פֿילם?‟ וויל מען וויסן מיט אַ פֿרייד.

„די טויערן־היטעק‟, עס האָט צו טאָן מיטן חורבן און דעם אומקום פֿון ייִדן. איך גיי אָפֿט אין קינאָ,‟ — דערציילט זי אונדז, „איך נעם די באַן און פֿאָר אַראָפּ אין שטאָט. איך זוך אויס די פֿילמען אינעם זשורנאָל ׳ווילעדזש וואָיִס׳, וואָס ס’ליגט אין קעסטל בחינם.‟

מיר ווילן דווקא וויסן ווער זי איז, קוקט מען זי אָן ליבלעך און פֿרעגן?

„און איר וווינט דאָ דערנעבן?‟ זי צעשמייכלט זיך:

„דאָ אַנטקעגן. איך האָב אַ מאַן נאָר ער וווינט אין ׳קווינס,׳ און קומט פֿון צײַט צו צײַט אַהער. מיר וווינען באַזונדער, פּונקט ווי זשאַן פּאָל סאַרט מיט זײַן פֿרוי סימאָן דע בווויעי, זײ האָבן אויך געוווינט באַזונדער…‟

מיר שפּרינגען כּמעט אַרויס פֿון די כּלים, הייסט עס, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַן אינטעליגענטער פֿרוי, אַ באַלעזענער. לאָזן מיר זי נישט אָפּ:

„אַ חוץ זשאַן פּאָל סאַרט, ווער נאָך געפֿעלט אײַך אין דער וועלט ליטעראַטור?‟ זי טראַכט און פּאַמעלעך רעכנט זי אויס:

“קאַמו, שילער, פֿלאָבער, טאָלסטוי, איך לייען אָן אַ שיעור.‟

איך און מײַן פֿרײַנדינע קוקן זיך איבער מיט אַ בליק וואָס זאָגט עדות אויף, גיי ווייס, מיט וועמען מ’האָט דאָ צו טאָן, אַז די פֿאַרשליאָכעטע, אָפּגעריסענע, אָרעמאַנסקע פֿרוי איז גאָר אַ געפֿינס, אינטעליגענט און באַלעזן, איז וואָס טוט זי דאָ אין פּאַרק אין אַזאַ הולך? מיר האָבן באַשלאָסן, ס’צווייטע מאָל מ’וועט זי דאָ באַגעגענען, אויב זי וועט נישט אַוועקדרייען דעם קאָפּ, וועלן מיר דערגיין דעם סוד פֿון דער פֿאַרלוירענער נשמה.