אַ בליק אױף ייִדיש אין טאָראָנטאָ

A Glimpse of Yiddish in Toronto

די לערערין רחל גערלאַק פֿירט איר ייִדיש־לימוד
די לערערין רחל גערלאַק פֿירט איר ייִדיש־לימוד

פֿון שלום בערגער

Published May 17, 2013, issue of June 07, 2013.

לעצטנס, האָט מען אין טאָראָנטאָ אַדורכגעפֿירט אַ „ייִדיש־טאָג“, מיט דער מיטהילף פֿון די דאָרטיקע אוניװערסיטעטן (יאָרק־ און טאָראָנטער אוניװערסיטעט), װי אױך דעם היגן קאָמונאַלן צענטער. עטלעכע אַקאַדעמיקער האָבן גערעדט, און מיך האָט מען אַראָפּגעבראַכט פֿונעם װײַטן באַלטימאָר, כּדי פֿאָרצולײענען פֿון מײַנע קינדערביכלעך, איבערגעזעצט פֿון ענגליש.

טאָראָנטאָ איז אַ שײנע און קאָסמאָפּאָליטישע שטאָט, פֿול מיט פֿאַרשידן־מיניקע מינאָריטעטן, סײַ קאַנאַדע־געברױרענע און סײַ אימיגראַנטן. די קאַנאַדער ייִדן זײַנען אַנדערש פֿונעם אַמעריקאַנער עמך מיט דעם, װאָס זײ זײַנען „נענטער“ צו ייִדיש. בעת דער אונטערנעמונג האָב איך געקענט זען, װי אַזױ עס קוקט אױס די איצטיקע ייִדיש־װעלט אין טאָראָנטאָ מיט אַלע פּיטשעװקעס, קודם־כּל, אינעם װעלטלעכן סעקטאָר.

צו ערשט, האָט גערעדט פּראָפֿ׳ רבֿקה מאַרגאָליס פֿון דעם אָטאָװער אוניװערסיטעט. גערעדט האָט זי װעגן דער ייִדישער, און ייִדיש-שפּראַכיקער קהילה פֿון קאַנאַדע. אַזאַ טעמע איז באַזונדערש אינטערעסאַנט פֿאַרן אַמעריקאַנער ייִדישיסט, יעדנפֿאַלס, פֿאַר מיר פּערזענלעך. קאַנאַדע איז ווײַטער אָפּגערוקט פֿון די שארית-הפּליטה-ייִדן, אײן דור נענטער צו די קערן־געבױרענע רעדער פֿון מאַמע-לשון. װי אַזױ האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מצבֿ?

טשיקאַװע איז, אַז עס האַנדלט זיך דאָ נישט אין קײן תּוך-אונטערשײד צװישן דער אימיגראַנטישער באַפֿעלקערונג אין די פֿ”ש און קאַנאַדע, נײַערט די סבֿיבֿה װאָס האָט זײ אױפֿגענומען, אָדער בעסער געזאָגט, אַרײַנגענומען אָן אַ גרויסן חשק. אין אַמעריקע, װי באַװוּסט, איז דער עיקר געװען זיך „צעשמעלצן‟, אָדער כאָטש פֿאַרענגלישן זיך דורך די עפֿנטלעכע שולן. אין קאַנאַדע איז אַזאַ נעץ נישט געװען. אױסמײַדנדיק די רעליגיעזע-שולן, האָבן די דאָרטיקע ייִדן געשאַפֿן אַן אײגענע שול־סיסטעם, אַ ייִדיש-שפּראַכיקע, און דאָס — מיט די פֿעלקער-אַנדערשקײטן אין אײנעם — האָט געדינט װי אַ שוצװאַנט קעגן אַסימילאַציע.

צום באַדױערן, האָב איך נישט געקענט הערן איר גאַנצע לעקציע. נאָר דווקא דעמאָלט, ווען איך בין אויפֿגעטראָטן מיט מײַנע פֿאָרלייענונגען, האָב איך אַלײן געזען די ממשותדיקע מעלות פֿון דער טאָראָנטער קהילה.

אָנגעהויבן האָב איך פֿון מײַנע איבערזעצונגען פֿון ענגלישע קינדערביכלעך פֿאַר אַ גרופּע קינדער. נישט יעדער פֿון זיי האָט פֿאַרשטאַנען מאַמע-לשון, נאָר זײערע עלטערן זײַנען געװען מלא-גדולה צו הערן אַזאַ גאַסט. אַ שמייכל און אַ וויצל קען איבערגעבן דעם תּמצית, אָבער די עלטערן דאַרפֿן אַליין שטיצן מאַמע-לשון און דאָס האָט זיך בולט אַרויסגעזען.

נאָך אַ גרעסערער כּבֿוד איז געװען אָבער צו דעקלאַמירן מײַנע לידער און רעדן אַ ביסל װעגן זיך אַלײן פֿאַרן חשובֿן טאָראָנטער עולם. סײַ בשעת-מעשׂה, סײַ נאָך מײַן לעקציע האָב איך געשפּירט דעם גרױסן דרך-ארץ פֿאַר דער ייִדישער קולטור, װאָס שלאָגט פֿון די ערנסטע פּנימער. אײן בײַשפּיל איז כּדאַי איבערצוגעבן: אַן עלטערער ייִד האָט מיך געפֿרעגט, צי איך האַלט פֿון די שאַפֿונגען פֿון שלום אַש. האָב איך באַמערקט, אַז זײַנע סוזשעטן זײַנען לעבעדיק, כאָטש ער איז הײַנט נישט פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער וועלט. נאָך דער לעקציע גײט צו מיר צו אַ פֿרױ און נעמט זיך אָן אַשס קריװדע. שטעלט זיך פֿאָר, אַז אין אַמעריקע, אַפֿילו אין ניו-יאָרק, זאָל סתּם עמך זיך אַזױ איבערנומען לטובֿת אַ ייִדישן שרײַבער.

אויפֿן צװײטן טאָג האָב איך געהאַט װידער דעם גרױסן זכות, צו דעקלאַמירן די שפּילעוודיק-געגראַמטע װערטער פֿון ד״ר סוס און ה. אַ. רײ (דער מחבר פֿון „דזשאָרדזש דער נײַגעריקער“) אין דער ביאַליק־שול. פּונקט ווי אין דער טאָגשול, װוּ עס לערנען זיך מײַנע קינדער אין באַלטימאָר, לערנט מען אין דער ביאַליק־שול העברעיִש און ייִדישע לימודים; חוץ דעם, קנעלט מען אױך אין טאָראָנטאָ מאַמע־לשון מיט די תּלמידים, עטלעכע האַלבע־שעה אַ װאָך.

די װױלע קינדער האָבן לעבעדיק אױפֿגענומען די מעשׂיות װאָס כ׳האָב געלײענט מיט זײ, און מיר געשענקט קאַרטלעך מיט חנעװדיקע באַגריסונג־װערטער. ביז מע לײענט אַליין נישט פֿאָר אַ בוך פֿאַר אַ גרופּע קינדער, קען מען נישט פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ גרױס דרך־ארץ עס האָט דאָס קלײנװאַרג פֿאַרן געדרוקטן װאָרט.

דערנאָך האָט אײנע פֿון די ייִדיש־לערערינס, רחל גערלאָק, מיך ברײטהאַרציק פֿאַרבעטן צו זען, װי אַזױ זי לערנט מיט קינדער פֿון דריטן קלאַס. צום באַדױערן, פֿעלט גערלאָק איר אײגענער קלאַסצימער, מוז זי גײן נע־ונד איבער די צימערן מיט איר װעגעלע לערן־מאַטעריאַלן, װי אַ הײַנטצײַטיקער פּאַקן־טרעגער. אַ מעלה, װאָס גערלאָק איז אַן ענערגישע און איבערגעגעבן דער לערערײַ און אירע תּלמידים. אַזױ װי טאָראָנטאָ איז אַ שטאָט, װוּ מע קען נאָך ביז הײַנט געפֿינען ייִדיש־רעדנדיקע זיידע־באָבעס, האָב איך זי געפֿרעגט, צי האָט זי זײ אַ מאָל פֿאַרבעטן צו זיך אין שול צו רעדן מיט די תּלמידים. „ס‘איז אַ גוטע אידעע,“ האָט זי צוגעשטימט.

אַרום און אַרום, הײסט עס, האָט זיך באַקומען זײער אַ פּאָזיטיװער אײַנדרוק פֿון דער טאָראָנטער קהילה, נאָר אױך מיטן זעלבן געפֿיל װאָס ס׳איז מיר אָפֿט מאָל אײַנגעפֿאַלן אין ניו־יאָרק: אַ גרױסע שטאָט, װאָס געניסט פֿון פֿיל ייִדן „פֿון אַ געװיסן עלטער“ און אַ געװיסן אָפּשטאַם, װאָס זײ װאָלטן געקענט אין־לשער בײַשטײַערן צו דער ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור און דערציִונג פֿון דער שטאָט: אלא װאָס, מע האָט זײ עפּעס נישט באַװיזן אַרײַנצוציִען אין אַזאַ איניציאַטיװ. פֿאַר װאָס? אָדער װײַל מע האָט זײ נישט געבעטן, אָדער װײַל זײער שפּראַך־קענטעניש איז שױן פּאַסיװ, אפֿשר (װי אַ פּאָר מענטשן האָבן געזאָגט), װײַל די ייִדיש־כּוחות אין טאָראָנטאָ זײַנען, לײַדער, נישט גוט אָרגאַניזירט. הלװאַי זאָל דער ייִדישטאָג זײַן די ערשטע בשׂורה פֿון נײַע שטרעבונגען אױף דעם פֿראָנט.