קוים 4 חדשים נאָך דעם פּאָליטישן ערד־ציטערניש פֿון די כּנסת־וואַלן, דעם 22סטן יאַנואַר, וועט אין גיכן פֿאָרקומען נאָך אַ ציטערניש אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. דאָס איצטיקע וועט זײַן ווייניקער דראַמאַטיש, אָבער לסוף, וועט עס מאַכן אַ גרעסערן רושם.
דער עפּיצענטער איז אַריה דרעי, דער אַמאָליקער חרדישער וווּנדערקינד, וואָס איז פֿאַרמישפּט געוואָרן צו תּפֿיסה און וועלכער איז, דעם 2טן מײַ, צוריק געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דער ספֿרדיש־אָרטאָדאָקסישער ש״ס־פּאַרטיי. בלויז עטלעכע טעג נאָך זײַן אומקערן זיך צו דער פּאָזיציע, האָט דרעי לאַנצירט אַ סעריע מאַנעוורעס, כּדי איבערצומאַכן די פּאַטיי, וואָס איז שוין לאַנג באַטראַכט געוואָרן ווי אַ זײַל פֿון די רעכטע, אין אַ כּוח פֿון די צענטראַל־לינקע געשטימטע.
די בײַטן זענען נישט קיין סובטילע. דעם 8טן מײַ האַט אַ ש״ס־געזעץ־געבער נאָענט צו דרעי, דער אַמאָליקער מיניסטער יצחק כּהן, אָנגעשריבן אַ בריוו צום פּרעמיער בנימין נתניהו, אין וועלכן ער האָט אים געבעטן אָנצונעמען די אַראַבישע שלום־איניציאַטיוו פֿון 2002. ווען דרעיס פֿאָרגייער אלי ישי האָט געפֿירט ש״ס, איז די פּאַרטיי געווען א רעכטע און געשטיצט די באַזעצונג אויף די שטחים. דרעי שטיצט איצט שלום.
דעם 13טן מײַ האָט דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער פּאַרטיי, הרבֿ עובֿדיה יוסף אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך צו טיילן די פֿירערשאַפֿט פֿונעם הרבנות הראשית לישׂראל, וואָס איז תּמיד געלעגן אין די חרדישע הענט, מיט די רבנים פֿון דער ווייניקער חרדישער און מער מעסיקער ציוניסטיש־מאָדערנער פֿרומער באַוועגונג. מע האָט אָפּגערעדט, אַז ש״ס וועט נאָמינירן דעם קאַנדידאַט פֿאַרן ספֿרדישן הויפּט־רבֿ, און דער קאַנדידאַט פֿאַרן אַשכּנזישן רבֿ וועט זײַן דער מעסיק־פֿרומער רבֿ, יעקבֿ אַריאל. מע האָט נישט אַרײַנגענומען אין די פֿאַרהאַנדלונגען די אַשכּנזישע חרדישע פֿירערשאַפֿט, דער דאָמינירנדיקער כּוח אין דער פֿרומער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.
אויך דעם 13טן מײַ האָט דרעי מודיע געווען אַן אָפּמאַך, וואָס וואָלט פֿריִער באַטראַכט געוואָרן, ווי אוממעגלעך, מיט די מינינסטעריומס פֿון פֿינאַנץ און דערציִונג לגבי רעפֿאָרמען אין דער אומאָפּהענגיקער ש״ס־ שול־סיסטעם. פֿריִער האָבן די צוויי מיניסטעריומס, אונטער דער רשות פֿון יאיר לפּידס „יש־עתיד‟־פּאַרטיי, צוגעזאָגט צו שנײַדן דאָס סובסידירן די חרדישע שולן, אין וועלכע מע לערנט נישט די לערן־פּראָגראַם וואָס איז באַשטימט געוואָרן פֿון דער רעגירונג — מאַטעמאַטיק, ענגליש און וויסנשאַפֿט. לויטן אָפּמאַך, וועט די נײַע רעגירונג נישט שנײַדן דאָס געלט, ביז די צוויי צדדים וועלן נישט האָבן אַ דיאָלאָג וועגן דער לימודים־רעפֿאָרעם.
דער דערציִונג־מיניסטער שי פּירון, אַ פֿרײַנד פֿון לפּידן, האָט באַלד נאָך דעם פּראָקלאַמירט, אַז די חרדישע שולן וועלן זיך האַלטן בײַ די תּנאָים פֿון דער רעגירונג־לערן־פּראָגראַם. די אַשכּנזישע חרדישע רבנים האָבן חדשים לאַנג געקעמפֿט קעגן זיי, און איצט איז די גרעסטע חרדישע פּאַרטיי זיי גרייט אָנצונעמען. פּירון האָט עס באַצייכנט ווי אַ „היסטאָרישער אָוונט‟.
בײַם ערשטן בליק, זעט אויס, אַז דרעיס באַשלוס איז אַ נצחון פֿאַר „יש־עתיד‟: די גרעסטע חרדישע פּאַרטיי דערנענטערט זיך צו דער אַלגעמיינער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, און דאָס איז איינער פֿון לפּידס הויפּט־צילן. אָבער נישט אַלץ אַרום דעם אָפּמאַך איז גוט פֿאַר לפּידן. ווײַל ש״ס האָט אָנגענומען אַריאל ווי דעם הויפּט־אַשכּנזישן רבֿ, איז דער מער ליבעראַלער רבֿ, דוד סתּיו, נישט באַטראַכט געוואָרן פֿאַר דער פּאָזיציע. דער אָפּמאַך האָט אויך אָפּגעוואָרפֿן די געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס וואָלטן פֿאַרשוואַכט דעם קאָנטראָל פֿון ש״ס איבער דעם ראַט פֿונעם „הרבנות הראשית לישׂראל‟, וואָס קלײַבט אויס די הויפּט־רבנים. די געזעץ־פּראָיעקטן וואָלטן צוגעגעבן נאָך 50 מיטגלידער, אַרײַנגערעכט פֿרויען צום ערשטן מאָל, און סתּיו וואָלט געוווּנען. איצט ליגט דער פּראָיעקט אַ טויטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.