נאַטור-ייִשובֿ פֿונעם „,קונסט-קיבוץ‟

Art Kibbutz Retreat


פֿון רבֿקה שישאַ (Forward)

Published May 17, 2013, issue of June 07, 2013.

ניו-יאָרק. — אַ ריזיקער אות „שין‟, וואָס רעפּרעזענטירט די הייליקע שכינה, געמאַכט פֿון גרויסע צווײַגן, וועלכע מע קלײַבט זיך אַרײַנצולייגן אין אַן אָזערע און אָנצינדן; אַ מוזיקאַלישע סיסטעם פֿון 12 טענער, וווּ יעדער טאָן ווערט אַסאָציִיִרט מיט אַ ייִדישן אות און די 72 געטלעכע שמות פֿון קבלה; אַן אינסטאַלאַציע פֿון „אָרגאַנישע‟ קונסט-ווערק, וואָס הענגען אויף ביימער אין אַ וואַלד.

אַזעלכע עקספּערימענטאַלע ווערק פֿון נאַטור-קונסט ווערן געוויזן במשך פֿונעם חודש מײַ בײַ אַן אונטערנעמונג מיטן נאָמען „דער ייִדישער וואַלס מיט דער פּלאַנעט ערד‟, דורך אַ גרופּע ייִדישע קינסטלער, וועלכע וווינען אינעם „אידען ווילעדזש קעמפּ‟, אינעם שטעטל פּוטנאַם וואַלי, דער צפֿונדיקער טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק.

דאָס איז דער ערשטער קינסטלערישער קעמפּ, אָרגאַניזירט דורך דעם ניו־יאָרקער „קונסט־קיבוץ‟ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס שטרעבט צו שאַפֿן אַ קהילה פֿון ייִדישע קינסטלער. פּאַטרישאַ אַסתּר מאַרגיט, די גרינדערין פֿונעם „קונסט-קיבוץ‟, האָט דערציילט, אַז אין איר גרופּע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט ייִדן פֿון אַלע סאָרטן, פֿון 20־יאָריקע יונגע־לײַט ביז 70־יאָריקע, וועלכע זענען געקומען פֿון 8 פֿאַרשיידענע לענדער און געהערן צו פֿאַרשיידענע רעליגיעזע שיכטן. מאַרגיט האָט צוגעגעבן, אַז זי מוז נישט אַפֿילו אָרגאַניזירן דעם עולם — „די קונסט איז גופֿא אַ שפּראַך, וואָס פֿאַראייניקט די מענטשן‟.

דעם 12טן מײַ, האָבן די קינסטלער דורכגעפֿירט אַ ריי קאָנצערטן, פּרעזענטאַציעס און אַנדערע אונטערנעמונגען. דער דערמאָנטער אות „שין‟ איז געשאַפֿן געוואָרן דורך ניקי גרין און אַשרה סינאַמאָן. גרין האָט איבערגעגעבן, אַז זי איז ספּעציעל געקומען פֿון מערבֿ-אויסטראַליע, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם „קונסט-קיבוץ‟. די נאַטירלעכע סבֿיבֿה דינט פֿאַר איר ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע; זי האָט געשאַפֿן אַ ריי ייִדישע אותיות פֿון ווילדע בלומען און גראָזן. די קינסטלערין האָט צוגעגעבן, אַז אין אַמעריקע האָבן זיך געפֿונען אַזעלכע בלימלעך, וואָס זי האָט קיינמאָל נישט געזען פֿריִער אין איר לעבן — דערפֿאַר איז עס פֿאַר איר באַזונדערס אַנטציקנדיק.

דער ישׂראלדיקער מוזיקאַנט קובי אַרד, האָט געשאַפֿן זײַן 12־טאָניקע מוזיק-סיסטעם בשותּפֿות מיט וויזועלע קינסטלער, „אין דער ייִדישער וועלט, איז קונסט און מוזיק תּמיד געגאַנגען האַנט בײַ האַנט‟.

די פֿאַרזאַמלטע קינסטלער ווילן אַרבעטן צוזאַמען און אויסשטעלן זייערע ווערק דווקא אין אַזאַ „ווילד‟ אָרט — ווײַט פֿון די פֿאָרמעלע מוזייען. מאַרגיט האָט דערקלערט, אַז זי האָט אויסגעקליבן אַזאַ נאָמען פֿאַר דער ערשטער קעמפּ-קאָלאָניע — „דער ייִדישער וואַלס מיט דער פּלאַנעט ערד‟ — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם אומגעוויינטלעכן גײַסט פֿון דער גרופּע און אויסמײַדן „אַזעלכע נודנע פֿראַגעס‟ ווי „ווער איז אַ ייִד, ווער איז אַ קינסטלער, און ווער איז אַ ייִדישער קינסטלער?‟. דער פֿאָקוס פֿון דער אונטערנעמונג איז די נאַטירלעכע „ערד-קונסט‟ מיט אַ ייִדישן טעם. אין דער צוקונפֿט, האָפֿט די גרינדערין צו שאַפֿן אַ שטענדיקן „קונסט-קיבוץ‟ ערגעץ נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק.