שבֿועות און „קנופּן-טעאָריע‟

Shvues and Knot Theory

אַן ענדלאָזיקער קנופּ אין אַ פּאַפּירענעם „שוויתי‟, געשאַפֿן אין יאַס, רומעניע, אינעם יאָר 1846
אַן ענדלאָזיקער קנופּ אין אַ פּאַפּירענעם „שוויתי‟, געשאַפֿן אין יאַס, רומעניע, אינעם יאָר 1846

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 20, 2013, issue of June 07, 2013.

אַ טייל ייִדישע פֿרויען פֿאַרמעסטן זיך אין אַן אוניקאַלן מין „ספּאָרט‟, שאַפֿנדיק חידושדיקע חלות לכּבֿוד שבת און יום-טובֿ. למשל, פֿאַר דעם פֿאַרגאַנגענעם יום-טובֿ, שבֿועות, האָט מײַן פֿרוי אָפּגעבאַקן עטלעכע חלות, באַצירט מיט פֿאַרשיידענע „בלימלעך‟, אויספֿלעכטנדיק דאָס טייג אויף אַן אָריגינעלן אופֿן. אַזאַ בעקערײַ פֿאָדערט נישט ווייניק צײַט, שׂכל און טאַלאַנט, אויב מע וויל מאַכן טאַקע עפּעס אינטערעסאַנטס. אין מאַטעמאַטיק זענען פֿאַראַן גאַנצע טעאָריעס, וועלכע זענען דווקא צוגעפּאַסט צו אַזאַ חידושדיקן חלה-באַקן.

אַ צאָל מאַטעמאַטיקער האָבן באַמערקט, אַז שוין אין גמרא זענען פֿאַראַן עלעמענטן פֿון דער „קנופּן-טעאָריע‟ — אַ וויכטיק געביט אין טאָפּאָלאָגיע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרשיידענע מינים קנופּן. אין דער מסכתּא שבת — דער עיקר, אינעם פּרק ט״ו — גייט אַ רייד וועגן דעם, וועלכע קניפּלעך מעג מען און וועלכע מע טאָר נישט פֿאַרבינדן אָדער צעבינדן שבת. צווישן די פֿאַרבאָטענע מלאָכות ווערן דערמאָנט דער „קשר-הגמלים‟ און „קשר-הספּנים‟ — געוויסע שטאַרקע קנופּן, וועלכע זענען געווען פּאָפּולער בײַם אָנלאָדן קעמלען און צווישן ים-לײַט.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אין די הײַנטצײַטיקע שפּראַכן ווערן געוויסע מינים קנופּן נאָך אַלץ אַסאָציִיִרט מיט פֿיך-צוכט און ים־נאַוויגאַציע. לויט דער אַלטער טראַדיציע, ווערט די גיכקייט פֿון שיפֿן אויסגעמאָסטן אין קנופּן. הײַנט ווערט די דאָזיקע מאָס אויך באַנוצט אין אַוויאַציע. איין קנופּ איז בערך 1.15 מײַל אַ שעה. אין אַלטע צײַטן, פֿלעגט מען זיך משער זײַן די שנעלקייט פֿון אַ שיף טאַקע מיט אַ געקנופּטן קאַנאַט.

די חז״ל באַטראַכטן פֿאַרשיידענע מינים קנופּן און דיסקוטירן וועגן דעם חילוק צווישן אַ קניפּל און אַ פּעטליע. אין דער שפּעטערדיקער תּקופֿה, האָבן פֿאַרשיידענע פּוסקים אַנטוויקלט די טעמע ווײַטער. על-פּי-הלכה, מעג מען מאַכן שבת אַ צײַטווײַליק קניפּל, וואָס מע קאָן גרינג צעבינדן מיט איין האַנט און וואָס פֿאָדערט נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלע פֿעיִקייטן.

יונתן ראָזענבערג, אַ פּראָפֿעסאָר-מאַטעמאַטיקער פֿונעם מערילענדער אוניווערסיטעט, האָט באַטראַכט די דערמאָנטע גמרא-סוגיא אין שײַכות מיט דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. לויט זײַן השערה, האָט דער תּנא רבי מאיר מתּיר געווען צו צעבינדן שבת בלויז אַ טייל פֿון די אַזוי-גערופֿענע אַלטערניקנדיקע קניפּלעך:

//www2.math.umd.edu/~jmr/MathTalmud.html

פּשוטע אַלטערנירנדיקע קנופּן
פּשוטע אַלטערנירנדיקע קנופּן

אין דער מאַטעמאַטישער „טעאָריע פֿון קנופּן‟ באַטראַכט מען בלויז אַזעלכע קניפּלעך, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר איין פֿאַרפּלאָנטערטן רינג. אַן אַנדער געביט פֿון טאָפּאָלאָגיע פֿאַרנעמט זיך מיט סיסטעמען פֿון צונויפֿגעבונדענע רינגען. די „טעאָריע פֿון צעפּ‟, ווי מע קאָן פֿאַרשטיין פֿון איר נאָמען, האָט צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע מינים צעפּלעך.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַחוץ דעם דערמאָנטן הלכה-ענין, איז בײַ ייִדן פֿאַראַן אַ גאַנצע טראַדיציע פֿון „פֿאָלק-טאָפּאָלאָגיע‟, וועלכע האָט אָפֿט אַ שײַכות טאַקע צו שבת און יום-טובֿ. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן צוויי פֿרויען פֿון ארץ-ישׂראל, שירה ווינער און איילת יפֿרח, אַרויסגעגעבן אַ גאַנצן ספֿר מיטן נאָמען „לקראת חלה‟, וווּ עס ווערן דערציילט פֿאַרשיידענע חכמות וועגן חלה-באַקן. אין דער ענגלישער איבערזעצונג הייסט עס „The Secret of Challah‟ — „דער סוד פֿון חלה‟.

שירה ווינערס און איילת יפֿרחס בוך
שירה ווינערס און איילת יפֿרחס בוך

אַ גרויסער טייל פֿונעם דאָזיקן ספֿר איז געווידמעט דער קונסט פֿון טייג-פֿלעכטן. ווינער איז אַ ליובאַוויטשער בעלת-תּשובֿה, וועלכע פֿירט אָן מיט אַ חב״ד-אינסטיטוציע אין תּל-אָבֿיבֿ. יפֿרח איז אַ פּראָפֿעסיאָנעלע גראַפֿישע דיזײַנערין. אין זייער ספֿר, באַגלייט מיט ערנסטע רבנישע הסכּמות, קאָמבינירן זיי די אַלטע ייִדישע טראַדיציעס און די מאָדערנע טאָפּאָלאָליע. איין מין יום-טובֿיקע חלה, פֿאָרגעלייגט אין ווינערס און יפֿרחס, שטעלט מיט זין פֿאָר דעם „דרײַפֿאַכיקן קנופּ‟ — אַ שיינע און מאַטעמאַטיש-אינטערעסאַנטע סימעטרישע סטרוקטור, וועלכע פֿיגורירט זינט אוראַלטע צײַטן אין דער גערמאַנישער און קעלטישער קונסט. די היסטאָריקער זענען משער, אַז דער אַשכּנזישער מינהג צו באַקן געפֿלאָכטענע חלות שטאַמט טאַקע פֿון די מערבֿ-אייראָפּעיִשע פֿאָלק-טראַדיציעס.

אַן אַנדער פּאָפּולער געביט פֿון דער ייִדישער „פֿאָלק-טאָפּאָלאָגיע‟ האָט צו טאָן מיט מיידלשע צעפּלעך. ווען מע זעט אַ פֿרום מיידל מיט צוויי לאַנגע צעפּלעך, קען מען זיך משער זײַן כּמעט אויף זיכער, אַז זי רעדט אויף אַ גוטן ייִדיש, האָט שאַרפֿע אַנטי-ציוניסטישע דעות, און פּלאַנירט נאָך דער חתונה אירע האָר אינגאַנצן אָפּצוגאָלן. אַזאַ ספּעציפֿישער מינהג, צו טראָגן צוויי צעפּלעך, איז אָנגענומען בײַ די „רעבאַרעלעך‟ אָדער „תּולדות-אַהרנער‟ — אַ שטאַרק-פֿרומע חסידישע גרופּע מיטן צענטער אין מאה-שערים.

דער סאַמע קאָמפּליצירטער אָפּטייל פֿון דער ייִדישער „טעאָריע פֿון קניפּלעך און צעפּלעך‟ האָט אָבער צו טאָן מיט דער פֿאָלק-קונסט. אויף די אילוסטראַציעס אין מיטל-עלטערלעכע כּתבֿ-ידן און געדרוקטע ביכער, מצבֿות און וואַנט-געמעלן אין אַלטע שילן, פּאַפּירענע אויסשערענישן און מיזרח-דעקאָראַציעס, טרעפֿט זיך דער דאָזיקער מאָטיוו גאָר אָפֿט. ייִדן אין די מיזרח-אייראָפּעיִשע שטעטלעך פֿלעגן אויסשערן שיינע באַצירונגען פֿון פּאַפּירן לכּבֿוד שבֿועות, סוכּות און סתּם אַזוי.

דער סימבאָליזם פֿון די אויסשערענישן האָט אַ שטאַרקן קבלהדיקן טעם, ווײַל עס האָט געדינט ווי אַ „שוויתי‟ — אַ מעדיטאַטאַציע-מיטל, וואָס איז מסוגל צו ברענגען אַ מענטש צו רוחניות און דבֿיקות. אין פֿאַרגלײַך מיט די שיל-געמעלן, וועלכע זענען געשאַפֿן געוואָרן פֿאַרן זעלבן צוועק אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, זענען די אויסשערענישן געווען אַ טיף-פּערזענלעכער נשמה-אויסדרוק.

מע קאָן פֿאַרגלײַכן די ייִדישע אויסשערענישן מיט מאַנדאַלעס — אַ באַקאַנטער מין מעדיטאַציע-קונסט, פֿאַרשפּרייט אין בודיזם און הינדויִזם. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ געוויסער מין טיבעטישע מאַנדאַלעס ווערן געשאַפֿן פֿון זאַמד און בכּיוון צעשטערט, כּדי צו דעמאָנסטרירט די פֿאַרבײַיִקע נאַטור פֿונעם וועזן. עס קאָן זײַן, אַז אין דער ייִדישער טראַדיציע האָט מען אויסגעקליבן אַ בפֿירוש ווייכן מאַטעריאַל — פּאַפּיר — צוליב דער זעלבער סימבאָלישער סיבה.

אינעם צענטער פֿון אויסשערטע ווערק געפֿינט זיך אָפֿט אַ געפֿלאָכטענע מנורה, אָפֿט באַגלייט מיט אַ גאָר קאָמפּליצירטן ענדלאָזיקן קנופּ. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַזאַ צייכן איז אויך אָנגענומען אינעם טיבעטישן בודיזם, ווי אַ סימבאָל פֿון דעם, ווי אַלץ אינעם אוניווערס איז צונויפֿגעבונדן און קערט זיך כּסדר אום. על-פּי-קבלה, זענען די ליכט פֿון דער מנורה אַ סימבאָל פֿון די ספֿירות, וועלכע זענען „צונויפֿגעפֿלאָכטן‟ איינער מיט דער צווייטער. די וואָך, האָט מען פֿאַרענדיקט צו ציילן די ספֿירת-העומר, וועלכע דעמאָנסטרירט דעם דאָזיקן פּרינציפּ; יעדער טאָג פֿונעם עומר-ציילן איז פֿאַרבונדן מיט אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי ספֿירות.

נישט געקוקט אויף די קאָנצעפּטועלע ענלעכקייטן, איז גאַנץ קלאָר, אַז אין דער ייִדישער פֿאָלק-קונסט קומען אַזעלכע עלעמענטן נישט פֿונעם ווײַטן מיזרח, נאָר פֿון די קעלטן. די קעלטישע פֿעלקער זענען די „טשעמפּיאָנען‟ אין דער דאָזיקער ספֿערע, און האָבן אויסגעאַרבעט גאָר אַ רײַכע קונסט-טראַדיציע פֿון קאָמפּליצירטע געפֿלאָכטענע קונסט-מאָטיוון. אַזעלכע באַרימטע מיטל-עלטערלעכע ייִדישע צענטערס, ווי וואָרמס, מײַנץ און רעגנסבורג געפֿינען זיך אויף געוועזענע קעלטישע טעריטאָריעס און טראָגן קעלטיש-שטאַמיקע נעמען. ס׳זעט אויס, אַז אינעם ייִדישן פֿאָלק-סימבאָליזם האָבן זיך אָפּגעהיט די אַלטע מערבֿדיקע מאָטיוון, וועלכע די אַשכּנזים האָבן מיטגעבראַכט קיין מיזרח-אייראָפּע און צוגעגעבן זיי אַ קבלהדיקן באַדײַט.

די מאַטעמאַטישע טעאָריעס פֿון קניפּלעך און צעפּלעך איז נישט בלויז אַ טשיקאַווע חכמה, נאָר גאָר אַ פּראַקטיש געביט פֿון וויסנשאַפֿט מיט פּראַקטישע רעזולטאַטן אין פֿיזיק, כעמיע און אַפֿילו גענעטיק. פֿאַר אַ דורכשניטלעכן מענטש קאָנען די דאָזיקע טעאָריעס זײַן אינטערעסאַנט ווי אַ בײַשפּיל פֿון טיפֿע פֿאַרבינדונגען צווישן מאַטעמאַטיק, קונסט, געשיכטע און רוחניות. אַחוץ דעם חלה-באַקן, וואָלט אויך געווען כּדאַי אויסצופֿאָרשן אויף אַ פֿאָרמעלן שטייגער די געפֿלאָכטענע באַצירונגען אין דער ייִדישער קונסט, און אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע האַלב-פֿאַרגעסענע מיסטישע קונסט-טראַדיציע.