ניו-יאָרק. — דבֿורה האַלבערשטאַם, די מאַמע פֿון אַ יונגן ישיבֿה-בחור, וועלכער איז דערהרגעט געוואָרן מיט 19 יאָר צוריק, האָט איבערגעגעבן, אַז זי איז צופֿרידן מיט דעם, וואָס דעם 14טן מײַ האָט מען אַרעסטירט אַ מענטש, וועלכער ווערט פֿאַרדעכטיקט אין שײַכות צו איר זונס מאָרד.
דער פֿאַרדעכטיקטער 46־יאָריקער ברוקלינער מאַן, מיטן נאָמען מואַפֿאַק אַסקאַר, איז אַרעסטירט געוואָרן ווי אַ מיטגליד פֿון אַ שמוגלערײַ-גרופּע, וועלכע האָט געפֿירט אַ פֿיל-מיליאָניק געשעפֿט פֿון סיגאַרעטן-קאָנטראַבאַנדע מיט מעגלעכע פֿאַרבינדונגען מיט „כאַמאַס‟ און „כעזבאָלאַ‟. די פּאָליציי איז חודש, אַז אַסקאַר האָט געבראַכט דעם אויטאָמאַטישן פּיסטויל, מיט וועלכן די פֿאַרברעכער האָבן דערשאָסן דעם 16־יאָריקן אַרי האַלבערשטאַם.
דעם 1טן מאַרץ, אינעם יאָר 1994, איז דער יונגער ליובאַוויטשער בחור געפֿאָרן צוריק אין אַן אויטאָ שפּעט בײַנאַכט, נאָכן מתּפֿלל זײַן פֿאַר זײַן רבין, מנחם-מענדל שניאורסאָן, וועלכער איז דעמאָלט געווען אין אַ שוואַכן געזונט-מצבֿ און ניפֿטר געוואָרן מיט עטלעכע חדשים שפּעטער. ווען האַלבערשטאַמס אויטאָ איז אַראָפּגעפֿאָרן פֿון דער ברוקלינער בריק, האָט ראַשיד באַז, אַן אימיגראַנט פֿון לבֿנון, דערשאָסן דעם ישיבֿה-בחור — ווי אַ נקמה פֿאַר דעם, וואָס מיט עטלעכע טעג פֿריִער, האָט ברוך גאָלדשטיין, אַ פֿרומער ייִד פֿון ברוקלין, דערשאָסן 29 אַראַבער אין דער מערת-המכפּלה. מיט פֿינף טעג נאָכן אַטאַק, איז האַלבערשטאַם געשטאָרבן פֿון אַ שווערער וווּנד אינעם קאָפּ.
דער קאָמיסאַר פֿונעם ניו-יאָרקער פּאָליציי-דעפּאַרטאַמענט, ריימאָנד קעלי, האָט איבערגעגעבן, אַז באַז האָט גוט געקענט אָסקאַרן און באַטראַכט אים ווי זײַן „פּאַלעסטינער פֿעטער‟. דבֿורה האַלבערשטאַם, די מאַמע פֿונעם אומגעקומענעם ייִנגל, האָט געזאָגט, אַז זי האָט שוין לאַנג געוווּסט וועגן אַסקאַרן; זי האָט געוווּסט, אַז ער האָט באַזוכט באַזן אין דער טורמע. זי האָט שוין לאַנג געטראַכט, אַז אַסקאַר האָט באַזאָרגט דעם מערדער מיטן געווער.
בעת דער אַנומלטיקער אָפּעראַציע קעגן די סיגאַרעט-שמוגלער, האָט מען אַרעסטירט 15 מענטשן. די קאָנטראַבאַנדיסטן האָבן אַרײַנגעבראַכט קיין אַמעריקע מער ווי אַ מיליאָן סיגאַרעט-פּעקלעך, נישט באַצאָלנדיק קיין שטײַער. דערווײַל האָט מען אויסגעפֿונען, אַז די גרופּע האָט פֿאַרקויפֿט די סיגאַרעטן אויף אַ סומע פֿון 55 מיליאָן דאָלאַר. אין באַזעס אַרסענאַל, האָט מען געפֿונען אַ צאָל פֿאַרשיידענע ביקסן.
דבֿורה האַלבערשטאַם האָט באַמערקט, אַז זי קאָן נישט זאָגן, אַז זי פֿילט זיך בעסער פֿון דעם, וואָס מע האָט איצט אַרעסטירט דעם מענטש, וועלכער האָט געשפּילט, ווי מע איז חושד, אַ שליסל-ראָלע אין איר זונס טויט. זי איז אָבער צופֿרידן מיט דעם, וואָס מע האָט אײַנגעזעצט אַסקאַרן אין תּפֿיסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.