לעבן, טויט... און ווײַטער?

Life, Death... and Then What?


פֿון משה לעמסטער

Published May 20, 2013, issue of June 07, 2013.

ניט לאַנג צוריק, ווען איך מיט מײַן פֿרוי זענען געקומען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ מיר זענען געווען צוויי וואָכן אין ניו־יאָרק און אין בלומינגטאָן, אינדיאַנע, האָב איך אויפֿן פֿליפֿעלד אין תּל־אָבֿיבֿ געזאָגט: גלײַך ווי ניט געווען! דערנאָך האָב איך אַ טראַכט געטאָן: צי וועט אַזוי ניט פֿאָרקומען ערגעץ אויף אַ „פֿליפֿעלד‟, וווּהין כ‘וועל אָנקומען נאָכן לעבן? צי וועל איך ניט אַ זאָג טאָן אויך דאָרטן וועגן די אָפּגעלעבטע יאָרן: גלײַך ווי ניט געווען! כ’האָב אַפֿילו וועגן דעם אָנגעשריבן עטלעכע שורות:

איך האָב אַוועקגעלייגט די פּען,
שטיל נאָך זיך די טיר פֿאַרמאַכט
און גלײַך ווי קיין מאָל ניט געווען
אויף דער וועלט־נאַכט…

און דאָ שווימט אויף אַ צווייטע פֿראַגע: צי איז בכלל פֿאַראַן אַזאַ פֿליפֿעלד ערגעץ אויפֿן זיבעטן הימל? צי נאָכן טויט איז דאָ אַן אַנדערע וועלט?..

„לעבן‟ און „טויט‟ — די גרונט־באַגריפֿן פֿון אַלע רעליגיעס, פֿילאָסאָפֿיעס, פֿון דער וועלט־ליטעראַטור און קונסט. די זוכענישן פֿונעם ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: וואָס ווײַטער, נאָכן לעבן, איז גורם געווען די רעליגיעס, פֿילאָסאָפֿישע לערעס, אָן אַ צאָל קינסטלערישע ווערק.

אין דער ייִדישער רעליגיע ווערט „לעבן‟ באַטראַכט ווי דאָס העכסטע גליק. דער חומש „דבֿרים‟ זאָגט: „איך האָב פֿאַר דיר הײַנט געגעבן דאָס לעבן און דאָס גוטע, ווי אויך דעם טויט און דאָס שלעכטע — און דו זאָלסט אויסוויילן דאָס לעבן‟. אין די ייִדישע תּפֿילות ווערט כּסדר געבעטן אויף „חיים‟ — לעבן.

דער מענטש איז באַשאַפֿן געוואָרן צו לעבן אייביק. נאָר צוליב דעם חטא פֿון אָדם הראשון איז אײַנגעפֿירט געוואָרן דער טויט. נאָך דעם האָט דער מענטש, לויט גאָטס פּלאַן, געדאַרפֿט לעבן 1000 יאָר און ערשט אין נחס צײַטן באַשטימט דער אייבערשטער, אַז ס’וועט „זיי זײַן גענוג אויך 120 יאָר‟. פֿאַר פֿרעמדע זינד, פֿאַר חטאָים וואָס האָבן קיין שום שײַכות ניט צו אונדז, האָבן מיר פֿאַרלוירן די אייביקייט און באַקומען אַן אָפּציע — „ביז 120!‟…

וועגן טויט אין קהלת: „און איך האַלט גליקלעך די, וואָס זענען שוין געשטאָרבן…‟ און אויך דאָרטן: „דעם לעבעדיקן הונט איז בעסער, ווי דעם טויטן לייב‟.

אין מדרש: „דער טויט הייסט אויך חושך…‟ — פֿון דעסטוועגן, קאָנען מיר זאָגן, אַז קיין קלאָרער, צופֿרידנשטעלנדיקער ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: וואָס ווײַטער נאָכן לעבן? — איז נישטאָ! מיר קאָנען מיט זיכערקייט זאָגן, אַז דער מענטש, יעדע חיה, יעדעס חיהלע, עופֿעלע שלאָגן זיך פֿאַר זייער לעבן, מיט אַלע כּוחות ביזן לעצטן אָטעם. קיינער וויל ניט שטאַרבן! כאָטש, איך דערמאָן זיך, ווי נאָך די געטאָס פֿון טראַנסניסטריע, פֿלעגט אַ קראַנקע ייִדישע פֿרוי בײַ אונדז אין שטעטל קלאָגן: „גאָטעניו, וואָס האָסטו אָנגעהאָנגען אויף מיר אַזוי פֿיל יאָרן, כ’זאָל זיך אַזוי שווער מוטשען? ס’שטאַרבן פֿאַרמעגלעכע, רײַכע מענטשן, וואָס שעפּן נחת פֿונעם לעבן, און איך לעב! צוליב וואָס?…‟

דאָך, לויט משה־לייב האַלפּערין איז דער טויט — ניט קיין חושך:

און אַז משה־לייב וועט דעם טויט פֿאַר זיי מאָלן
ניט גרוי און ניט פֿינצטער, נאָר פֿאַרבנרײַך שיין,
אַזוי ווי ער האָט אַרום צען זיך באַוויזן,
דאָרט ווײַט צווישן הימל און כוואַליעס אַליין —
צי וועט מען דאָס גלייבן משה־לייבן?

פֿון די ייִדישע ספֿרים ווייסן מיר, אַז בלויז עטלעכע מענטשן האָבן געהאַט די זכיה צו רעדן מיט גאָט. איז דאַכט זיך, אויב דו ווייסט שוין זיכער, אַז גאָט איז יאָ דאָ, דאַרפֿסטו ניט מורא האָבן פֿאַרן טויט! ווײַל אויב גאָט איז דאָ איז דאָך דאָ די גאַנצע, וואָלט איך געזאָגט, געטלעכע „אינפֿראַסטרוקטור‟ — גן־עדן, משיח־צײַטן… איז ניין! דווקא משה רבינו, וועלכער האָט מיט גאָט ניט איין מאָל געשמועסט, האָט זייער מורא געהאַט פֿאַרן שטאַרבן.

לויט די מדרשים: ווען גאָט האָט געזאָגט צו משה רבינו, אַז ער, משה, מוז פֿאַרלאָזן די וועלט, האָט יענער אָנגעהויבן בעטן: „רבונו של עולם! הויב זיך אויף פֿון דײַן כּסא־הדין און זעץ זיך אַוועק אויף דײַן כּסא־הרחמים. מישפּט מיך מיט רחמנות און לאָז מיך ניט שטאַרבן. לאָז מיך לײַדן יסורים און איך זאָל אָפּקומען פֿאַר מײַנע זינד, אָבער גיב מיך ניט איבער אין דער מאַכט פֿון מלאך־המוות‟. נאָר גאָט האָט געזאָגט, אַז פֿאַרלאָזן די וועלט מוזן אַלע. האָט משה געווענדט זיך צו די הימלען און ערד, אַז זיי זאָלן בעטן רחמים אויף אים, דערנאָך צו דער לבֿנה, צו די בערג, צום ים־הגדול. נאָר ס’האָט ניט געהאָלפֿן. האָט משה אַרויפֿגעלייגט הענט אויפֿן קאָפּ און גענומען שרײַען און וויינען: „צו וועמען זאָל איך גייען בעטן רחמים אויף מיר?‟ האָט דער אייבערשטער געפֿרעגט: „צו וואָס נעמסטו זיך אַזוי צום האַרצן?‟ האָט משה געענטפֿערט: „איך האָב מורא פֿאַר דער מאַכט פֿון דעם מלאך־המוות‟. נאָר אַפֿילו ווען גאָט האָט אים צוגעזאָגט: „איך וועל דיך אין זײַנע הענט ניט איבערגעבן‟, האָט משה ווײַטער געבעטן…

ס’איז נאָר ניט קלאָר, ווער האָט מורא געהאַט פֿאַרן שטאַרבן — משה רבינו, צי די, וואָס האָבן די מדרשים געשריבן?…

אין ירושלים, אויפֿן הר־הזיתים איז דאָ אַ בית־עולם. אַן אָרט אויף דעם דאָזיקן בית־עולם קאָסט פֿון 30 ביז 50 טויזנט דאָלאַר. (50 טויזנט דאָלאַר קאָסט אַ ווינקעלע לעבן די נבֿיאים). פֿאַר וואָס קאָסט דאָ אַ קבֿר אַזוי טײַער? אין תּנך, נבֿיאים, זכריה, יד, לייענען מיר:

„און גאָט וועט אַרויסגיין…
און זײַנע פֿיס וועלן שטיין אין יענעם טאָג אויפֿן הר־הזיתים…
און דער הר־הזיתים וועט זיך שפּאַלטן איבער העלפֿט…‟

דאָס הייסט, אַז אין די משיח־צײַטן, דאָ, אויפֿן הר־הזיתים, וועט פֿאָרקומען די וויכטיקסטע „פֿאָרשטעלונג‟, באַוואָרנט מען זיך פֿאַר פֿריִער מיט „בילעטן‟…

איך מיין, אַז אַ מוח פֿון עולם־הזה קאָן זיך ניט פֿאָרשטעלן די ווירקלעכקייט, צי אומווירקלעכקייט, פֿון דעם עולם־הבא, אָבער פֿאַנטאַזירן — פֿאַר וואָס ניט…

אָן אַ צאָל בײַשפּילן געפֿינט מען אין דער וועלט־ליטעראַטור און דער ייִדישער ליטעראַטור בפֿרט.

שלמה עטינגער שרײַבט צו זײַנע פֿרײַנד:

עס דרייט זיך גאָר ווי אַ רינגעלע,
דעם מענטשנס לעבן אין צרות, אין גליק.
אַלט און גרײַז גראָ ווערט דאָס ייִנגעלע,
און גייט ווידער צו דער ערד צוריק…
מיט דער צײַט ווערט פֿאַרשוווּנדן פֿון דער וועלט,
די מצבֿות אַפֿילו וואָס מע שטעלט…

דער העברעיִש־ייִדישער דיכטער אליעזר־צבֿי צווייפֿל אין זײַן ליד „צום טויט‟:

פֿאַר דיר בייזער שׂררה…
לייגט דער גרעסטער העלד זײַן געווער אַוועק;
דער קאַרגער זײַן בײַטל, די חכמה איר לוין;
דער פֿאַרליבטער זײַן ליבע, דער קעניג זײַן קרוין.

נאָר ניט אַלץ איז אַזוי שלעכט! זאָלן מיר זיך טרייסטן מיט די צוויי שורות פֿון י. ל. פּרצעס ליד „האָף און גלייב‟:

…עס וועט שײַנען, שמעקן, זינגען!
און — אויף אונדזער קבֿר אויך…

מע זאָגט, אַז אַלע זענען אין קבֿר גלײַך. נאָר איך מיין, אַז ערשט בײַם לעבן זענען מיר אַלע גלײַך — מיר זענען שטערבלעך. די שטערבלעכקייט פֿאַראייניקט אַלע מענטשן, ניט אָפּהענגיק פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס, פֿילאָסאָפֿישע לערעס, פֿון נאַציאָנאַליטעטן. איז לאָמיר זיך באַציִען איינער צום אַנדערן, אַ מענטש צו אַ מענטשן מיט רחמים, האָבנדיק אין זינען דעם טראַגישן סוף, וואָס וואַרט אויף יעדערן פֿון אונדז. לאָמיר געדענקען, אַז קיינער פֿון אונדז ווייסט ניט עד־היום: וואָס הייסט לעבן, וואָס הייסט טויט און וואָס וועט זײַן ווײַטער, נאָכן לעבן?…