דער אַקטיאָר, רעזשיסאָר און גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן „ייִדישפּיל־טעאַטער‟ שמואל עצמון־ווירצער וועט דינסטיק באַקומען אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿונעם „בר־אילן־אוניווערסיטעט‟, פֿאַר „זײַן בײַטראָג צו דער ישׂראלדיקער קולטור און ייִדישער ירושה‟. „מיר זענען שטאָלץ מיט דער דאָזיקער אָנערקענונג פֿאַר זײַן אָנפֿירנדיקער ראָלע בײַם אויפֿהאַלטן און פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך. שמואלס וויזיע און פֿירערשאַפֿט האָבן באַרײַכערט די ישׂראלדיקע ירושה און קולטור, דורך אינספּירירן אַנדערע צו פֿאָרשן ייִדישע שאַפֿערישקייט. אַזוי אַרום האָט ער באַרײַכערט די ישׂראלדיקע ירושה און קולטור‟ האָט געזאָגט דער פּרעזידענט פֿון „בר־אילן־אוניווערסיעט‟ פּראָפֿ. משה קוה. צווישן די אַנדערע געווינער פֿון דעם כּבֿוד זענען צוויי נאָבעל־לאַורעאטן און דער „ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער‟, וועלכער וועט שפּילן ייִדישע מוזיק בשעת עצמון באַקומט זײַן ערן־טיטל. די צערעמאָניע קומט פֿאָר דעם 21סטן מײַ, 7:30 אין אָוונט אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם אוניווערסיטעט.
שמואל עצמון־ווירצער איז געבוירן געוואָרן אין בילגאָרײַ, פּוילן. ער האט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1948, און צוגעשטאַנען צום פּלמ״ח און צו דער ישׂראלדיקער אַרמיי. ווי אַנדערע געבוירענע ייִדיש־רעדערס אין יענער צײַט און סבֿיבֿה, האָט ער אָפּגעוואָרפֿן זײַן מאַמע־לשון ייִדיש, און זיך איבערגעגעבן צו דער סברא־קולטור און העברעיִש. ווי אַן אַקטיאָר האָט ער אָנגעהויבן אין די העברעיִשע טעאַטערס פֿון „אהל‟ און „הבימה‟ און אין 1958 געגרינדעט דעם אַוואַנגאַרדישן טעאַטער „זווית‟. אין 1972 האט עצמון געשאַפֿן אַ וואַרשטאַט פֿאַר יונגע דראַמאַטורגן.
עצמון האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דאָס אומקערן זיך צום ייִדישן טעאַטער האָט ער צו פֿאַרדאַנקען דרײַ מענטשן: לעאָ גאָלדענבערג, פּראָפֿ׳ י. ח. בילעצקי און דעם קאָמיקער שמואל דזשיגאַן. דזשיגאַן האָט בײַ אים געפֿרעגט: „וואָס מאַכסטו אויף דער ׳גויִשער׳ גאַס? קום צו דער ייִדישער גאַס!‟
אין 1980 האָט ער געשפּילט אין שלום־עליכמס „די קליינע מענטשלעך‟ מיט די „דרײַ שמואליקס‟ — צוזאַמען מיט שמאול סעגאַל און שמואל רודענסקי. מיט דער פֿאָרשטעלונג זענען זיי אויפֿגעטראָטן איבער דער וועלט. בײַ אַן עפֿנטלעכן אינטערוויו מיט די לאַורעאַטן האָט מען געפֿרעגט בײַן עצמונען, צי עס פּאַסט נאָך ער זאָל הייסן „שמואליק‟ בײַ אַזאַ עלטער. האָט ער געענטפֿערט, אַז אין זכות און לזכר די אַנדערע „שמואליקס‟ איז ער מחויבֿ און שטאָלץ צו טראָגן דעם נאָמען ווײַטער. ווען זיי האָבן געשפּילט אין דײַטשלאַנד, דערציילט עצמון, האָט ער געפֿילט, „אַז ווי אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה האָב איך זיך אײַנגעשפּאַרט — איך דאַרף דאָרט רעדן אויף ייִדיש. איך האָב זיך געפֿיליט ווי דער פּאַיאַץ אין אַ שעקספּיר־טראַגעדיע וואָס זאָגט דעם אמת פֿאַרן מלך. דער עולם האָט האַרציק געלאַכט בשעת דער פֿאָרשטעלונג, אָבער איך האָב געפֿילט אַ גרויסע פּײַן אין זייער לאַנד‟.
נאָך דער איבערלעבונג האָט ער געגרינדעט דעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער וואָס האָט דערגרייכט זײַן 25סטן יאָר. מע האָט שוין פֿאָרגעשטעלט מער ווי 80 פֿאָרשעטלונגען, אויפֿגעטראָטן אויף 28 פֿעסטיוואַלן, און אַנטוויקלט אַ וואַקסנדיקן עולם פֿון ייִדיש־רעדערס פֿון אַ נײַעם דור. „די ייִדישע שפּראַך און קולטור זענען די גאַראַנטיע, אַז מע וועט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן דעם חורבן. ווי לאַנג מע וועט רעדן, לייענען און הערן ייִדיש, וועט מען נישט קענען לייקענען די רײַכקייט פֿון דער ייִדישקייט וואָס האָט עקזיסטירט יאָרהונדערטער אין אייראָפּע. מע קען נישט אויסמעקן אַ קולטור, כּל־זמן מע רעדט די שפּראַך‟.
עצמון־ווירצער האָט מען שוין אָנערקענט מיט אַ סך פּריזן און כּיבודים, אַרײַנגערעכנט אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿון „המכללה האקדמית נתניה‟. ער האָט זיך צוריקגעצויגן פֿון זײַן פּאָזיציע ווי דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער און איז ספּעציעל שטאָלץ וואָס ער האָט אים געהאָדעוועט ייִנגערע כּוחות איבערצונעמען דעם טאַטער. ער האָט אָנגענומען די פּאָזיציע בײַם „ד״ר רינה קאַסטאַ־צענטער פֿאַר ייִדיש־שטוידעס‟ אין בר־אילן, וווּ ער פֿירט אָן מיט אַ סעמינאַר וועגן ייִדישן טעאַטער.
פּראָפֿ׳ באָריס קאָטלערמאַן, אַקאַדעמישער דירקטאָר פֿונעם „רינה קאָסטאַ־צענטער‟ האַלט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַ ייִדישער קינסטלער באַקומט אַ כּבֿוד־דאָקטאָראַט פֿון בר־אילן. ער האָט דערצייט, אַז עצמון האָט דאָרטן אָרגאַניזירט אַ יוגנט־סטודיע, און מע האַפֿט, אַז די סטודענטן וועלן שאַפֿן אַ טרופּע, אַ דאַנק זײַן אינספּיראַציע.
עס איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז עצמון האָט אָפֿט אַרויסגעהויבן די טרויעריקיע געשיכטע פֿון ייִדיש און פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין דער מדינה נאָכן חורבן; ווי מע האָט גערודפֿט דעם אַקטיאָר און טרופּע וואָס האָט געוואלט שפּילן אויף ייִדיש. „איך בין נישט דער איינציקער, אָבער דער גורל איז אויף מיר געפֿאַלן, דער חובֿ דורכצוברעכן די שלעכטע מיינונג וועגן ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, און איך האָב זיך נישט אָפּגעזאָגט פֿון דעם‟.
דער „פֿאָרווערטס‟ באַגריסט אונדזער אַלטן פֿרײַנד, אַרטיסט און קעמפֿער פֿאַר ייִדיש, שמואל עצמון־ווירצער אויף דער וווּנדערלעכער אָנדערקענונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.