ירושלים. דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר דזשאַן קערי איז אַהער אָנגעקומען אויפֿצולעבן די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, אָבער די ישׂראל־רעגירונג איז אַליין צעשפּאָלטן וועגן אַ פּלאַן.
גולן־הייכן. סיריע און ישׂראל זאָגן ביידע, אַז סיריע האָט בײַ נאַכט באַשאָסן אַ ישׂראלדיקן אַרמיי־אויטאָ. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס די סירישע אַרמיי האָט מודה געווען אינעם שיסן אין די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן איבער דער גרענעץ.
צפֿון־קאָרעע. מאָנטיק האָט צפֿון־קאָרעע אויסגעשאָסן צוויי ראַקעטן, און, בסך־הכּל, 6 ראַקעטן אין דרײַ טעג. ביידע ראַקעטן זענען געפֿאַלן אין ים. מע רעדט שוין נישט וועגן אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען צווישן צפֿון־קאָרעע און אַמעריקע, ווײַל צפֿון־קאָרעע וועט נישט אָפּשטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם.
מאָסקווע. דזשאַמיאַליל מוטאַליעוו, דער צווייטער אין ראַנג פֿון די קאַווקאַזער מיליטאַנטן, וועלכע ווילן אויפֿשטעלן אַן איסלאַמישע מדינה, איז דערהרגעט געוואָרן.
מינאַמאַר. דער אָרטיקער געריכט האָט פֿאַרמישפּט 7 מוסולמענער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אינעם הרגענען אַ בודיסטישן מאָנאַך — צום טויט. די מוסולמענער אין לאַנד זענען אַ מינאָריטעט און בלוטיקע שלעגערײַען קומען אָפֿט פֿאָר צווישן די צוויי גרופּעס.
כינע. אין אַ העלפֿט פֿונעם רײַז אין איינער פֿון די גרעסטע שטעט אין דרום־כינע האָט מען געפֿונען אַ סמיקן־מעטאַל. מע האָט געבעטן בײַ די רײַז־מילן זיי זאָלן אָפּשטעלן זייער אַרבעט און צוריקרופֿן זייערע פּראָדוקציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.