מור, שטאַט אָקלאַהאָמע. — אַ ריזיקער טאָרנאַדאָ האָט מאָנטיק, דעם 20סטן מײַ, אומגעבראַכט לכל-הפּחות 24 מענטשן אינעם שטאַט אָקלאַהאָמע, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל קינדער. צענדליקער מענטשן האָבן באַקומען וווּנדן. הונדערטער הײַזער, געשעפֿטן און צוויי שולן זענען צעשטערט און צעשעדיקט געוואָרן. דער שטורעם-ווינט האָט געמאַכט אַ תּל פֿון גאַנצע געגנטן.
דער קאַטאַסטראָפֿישער וויכער, אַ מײַל אָדער אַפֿילו צוויי אין דער ברייט, האָט מאֵָנטיק נאָכמיטאָג חרובֿ געמאַכט דאָס שטעטל מור, אַ פֿאָרשטאָט לעבן אָקלאַהאָמע-סיטי מיט 55 טויזנט תּושבֿים. לויט די פֿריִיִקע ידיעות, האָט מען איבערגעגעבן, אַז די צאָל אומגעקומע האָט דערגרייכט 51 מענטשן. די אָפֿיציעלע מעדיצינישע קוואַלן פֿון דער שטאַט-אַדמיניסטראַציע האָבן פֿון אָנהייב געוואָרנט, אַז די אַלגעמיינע צאָל אומגעקומענע איז, מסתּמא, נאָך גרעסער. שפּעטער, האָבן זיי מיטגעטיילט, אַז דער שטורעם האָט אַוועקגעטראָגן לכל-הפּחות 91 נפֿשות.
לויט די שפּעטערדיקע ידיעות האָט מען באַשטעטיקט, אַז די רעאַלע צאָל אומגעקומענע איז מערקווירדיק קלענער. צוליב דער פּאַניק, האָט מען באַקומען עטלעכע מאָל די אינפֿאָרמאַציע וועגן די זעלבע קרבנות און געמאַכט אַן פֿאַרגרעסערטן חשבון. די גענויע צאָל אומגעקומענע איז אָבער נאָך אַלץ נישט קלאָר.
דזשאָן וועלש, אַן אָרטיקער העליקאָפּטער-פּילאָט, וועלכער האָט געמאַכט אַ ווידעאָ-רעפּאָרטאַזש פֿאַר דער טעלעוויזיע, האָט דערציילט, אַז דאָס שטעטל האָט אויסגעזען פֿון דער לופֿטן „ווי אַ מלחמה-זאָנע‟. דאָס נאַציאָנאַלע וועטער-דינסט האָט געזאָגט, אַז דער עקסטרעם-שטאַרקער שטורעם, מיט דער שנעלקייט פֿון נישט ווייניקער ווי 166—200 מײַל אַ שעה, האָט זיך געדרייט איבערן ראַיאָן במשך פֿון 40 מינוט, צעשטערנדיק די הײַזער און אַרויסרופֿנדיק שׂריפֿות.
לכל-הפּחות זיבן קינדער זענען אומגעקומען אין דער עלעמענטאַר-שול בײַ די אײַנגעפֿאַלענע „פּלאַזאַ-טורעמס‟. די ראַטיר-בריגאַדעס האָבן געאַרבעט מאָנטיק די גאַנצע נאַכט, אַרויסשלעפּנדיק לעבעדיקע מענטשן און טויטע גופֿים פֿון אונטער די צעשטערטע בנינים. די ראַטיר-אַרבעט גייט אָן ווײַטער. די אײַנוווינער פֿונעם שטעטל בלײַבן אָן עלעקטרע; אַ סך פֿון זיי זענען געבליבן אָן אַ היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.