נישט לאַנג צוריק איז אינעם שענסטן קאָנצערט־זאַל אין קעשענעוו, פֿאָרגעקומען דער יוביליי־קאָנצערט פֿונעם טשעליסט יאָן זשאָסאַן, פֿאָלקס־אַרטיסט און פּראָפֿעסאָר פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע. זײַנע פֿרײַנד און די ליבהאָבער פֿון קלאַסישער מוזיק האָבן געפֿײַערט זײַן 65סטן געבוירן־טאָג. דער מוזיקער אַליין האָט באַשלאָסן אָפּצומערקן די דאַטע מיט זײַן וויאָלאָנטשעל אין די הענט, צוגרייטנדיק אַ גרויסע פּראָגראַם פֿון זײַן רײַכן רעפּערטואַר.
ווי פֿאַרשיידנאַרטיק דער קאָנצערט זאָל נישט געווען זײַן, האָט זיך פֿון די ערשטע קלאַנגען אָן קלאָר אָנגעצייכנט דער לײטמאָטיוו פֿון דער פּראָגראַם — דער ייִדישער מאָטיוו. שטעלט זיך פֿאָר, אָנצוהייבן אַ פֿײַערלעכן קאָנצערט מיט דעם טרויעריקסטן און דראַמאַטישסטן ווערק אין דער ייִדישער מוזיק — „כּל־נדרי‟, פֿונעם דײַטשיש-ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר מאַקס ברוך.
יאָן זשאָסאַן שפּילט דאָס ווערק שוין נישט איין יאָר בײַ זײַנע קאָנצערטן איבער מאָלדאָווע און אין אויסלאַנד; אָבער אויף דעם אָוונט האָט זײַן „כּל־נדרי‟ איבערראַשט אַפֿילו מיך. צו דעם יוביליי־קאָנצערט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר באָריס דובאָסאַרסקי באַאַרבעט עטלעכע ווערק פֿון דער פּראָגראַם פֿאַר אַ וויאָלאָנטשעל־סאָלאָ, באַגלייט פֿון אַ קאַמער־כאָר. צווישן זיי — „עלעגיע‟ פֿון מאַסנע, „בראַזיליאַנער באַכיאַנאַ‟ פֿון ווילאַ־לאָבאָס און אויך „כּל־נדרי‟, וואָס האָט אין דער באַאַרבעטונג געקלונגען ממש ווי אַ תּפֿילה וואָס הייבט זיך צום הימל, אָדער איז פֿון דאָרט אַראָפּגעשיקט געוואָרן. איך האָב געזען, ווי בעת די מוזיק האָט געשוועבט איבער די קעפּ פֿון די צוהערער, האָבן נישט ווייניק פֿון זיי זיך געווישט די אויגן.
צו ממשיך זײַן די טעמע פֿון ייִדישע מאָטיוון אויף דעם קאָנצערט, דאַרף מען אויך אָנרופֿן די ווערק פֿון אײַזיק שוואַרץ („נאָקטורן‟) און די באַרימטע „מעלאָדיע‟ פֿון דזשאָן וויליאַמס, געשאַפֿן ספּעציעל פֿאַר ספּילבערגס פֿילם „שינדלערס ליסטע‟. די ביידע זאַכן זײַנען אויך באַגלייט געוואָרן פֿונעם נאַציאָנאַלן קאַמער־כאָר, דיריגירט פֿון וולאַדימיר אַנדריעש.
אָנגעזעטיקט און טיף־זינגעוודיק זײַנען אויסגעפֿילט געוואָרן די ווערק פֿון וויוואַלדי, טשײַקאָווסקי, די „באַלאַדע‟ פֿון דעם רומענישן קאָמפּאָזיטאָר טשיפּריאַן פּאָרומבעסקו. בכלל גיבן זיך באַזונדערס אײַן דעם מוזיקער די לירישע ווערק פֿון דער טשעלאָ־מוזיק. און דאָך האָבן זיך מיט גלאַנץ און פֿײַער, מיט אַ דרום־טעמפּעראַמענט געטראָגן פֿון דער בינע דאָס ווערק פֿון דעם שפּאַנישן קאָמפּאָזיטאָר מאַנועל דע פֿאַליאַ — „דער פֿײַער־טאַנץ‟ — אָדער דאָס ווירטואָזע ווערק פֿון פּאַגאַניני „וואַריאַציעס‟ אויף די טעמעס פֿון ראָסיניס אָפּערע „מאָזעס‟ און די באַרימטע ווירטואָזע פּיעסע פֿון רימסקי־קאָרסאַקאָוו „ערדבין־פֿלוג‟.
מיט איין וואָרט, דער קאָנצערט איז דורכגעגאַנגען אויפֿן העכסטן פּראָפֿעסיאָנעלן ניוואָ און מיט אַ גוואַלדיקן דערפֿאָלג. ווי אַ באַווײַז האָט איר, אַז צום סוף האָט דער גאַנצער עולם זיך אויפֿגעהויבן פֿון זייערע ערטער און, שטייענדיק אַפּלאָדירט דעם יובילאַר.
אויפֿן אַנדערן טאָג האָב איך זיך ספּעציעל געטראָפֿן מיט יאָן זשאָסאַן פֿאַר אַ קורצן שמועס, וואָס איך ברענג ווײַטער.
טײַערער יאָן, מיר זײַנען באַפֿרײַנדעט שוין נישט איין יאָר, און דו האָסט זיך נאָך קיין מאָל נישט אָפּגעזאָט זיך צו באַטייליקן אין אַ ייִדישן קאָנצערט. צום באַדויערן, קומט אויס לעצטנס נישט זעלטן צו רעדן וועגן אַנטיסעמיטיזם בײַ אונדז אין לאַנד. וואָס זײַנען דײַנע אייגענע באַציִונגען צו ייִדן בכלל און צו דער ייִדישער מוזיק בפֿרט?
איך האָב געהאַט אַ שווערע קינדהייט. צו פֿינף יאָר בין איך געבליבן אַ קײַלעכדיקער יתום, זיך דערצויגן אין אַ קינדער־הויז אין דער שטאָט בענדער. געהונגערט און געליטן. און אָט קומט אַהין אין אַ טאָג אַ קאָמיסיע פֿונעם קולטור־מיניסטעריום, וואָס זוכט טאַלאַנטירטע קינדער. דער פֿאָרזיצער פֿון דער דאָזיקער קאָמיסיע איז געווען דער פֿידל־לערער אפֿרים ווישקאַוצאַן. אַ דאַנק אים, בין איך אָנגענומען געוואָרן אין דער ספּעציעלער מוזיק־שול און אינטערנאַט פֿאַר באַזונדערס־טאַלאַנטירטע קינדער. דאָרט בין איך שוין אויפֿגעוואַקסן און זיך אָפֿט באַגעגנט סײַ מיט ווישקאַוצאַן און סײַ מיט זײַן פֿרוי, דער פּיאַנע־לערערין לאה אָקסינויט. זיי האָבן זיך זייער האַרציק באַצויגן צו מיר; און זיי זײַנען, אייגנטלעך, געווען די ערשטע ייִדישע מוזיקאַנטן, מיט וועלכע כ‘האָב זיך געטראָפֿן. אין מײַן קלאַס איז זיכער אַ העלפֿט פֿון די תּלמידים געווען אַ ייִדישע. אַ סך פֿון זיי זײַנע געוואָרן מײַנע אמתע פֿרײַנד. נישט איין מאָל פֿלעגן זיי זיך טיילן מיט מיר מיט אַ ביסן. ווען איך האָב געזאָלט פֿאָרן קיין מאָסקווע אָפּצוגעבן עקזאַמענס אין דער קאָנסערוואַטאָריע, האָבן זיי צונויפֿגעזאַמלט געלט מיר צו קויפֿן אַ בילעט. צי קאָן איך זיי דען פֿאַרגעסן? — גרישע פֿרידמאַן, מאַרק שאָר, סימע שירמאַן, דוד שאַפֿיר, אַליק געלפֿינזאָן — ס‘איז דאָך אַ גליק צו האָבן אַזעלכע פֿרײַנד! אַגבֿ, איר אַליין, טײַערער סערגאָ און באָריס דובאָסאַרסקי, איר האָט דאָך מיך אַרײַנגעבראַכט אינעם שאַפֿערישן לעבן פֿון דער ייִדישער קהילה. נאָך מער: פֿאַרברייטערט מײַנע שאַפֿערישע גרענעצן, באַקענט מיך מיט דער פּרעכטיקער ייִדישער מוזיק. מײַן באַציִונג צו ייִדן און צו די ייִדישע ליידן, וואָס דעם פֿאָלק איז אויסגעקומען נישט איין מאָל אויסצושטיין, האָב איך אויסגעדריקט מיט מײַן באַשיידענעם און סימבאָלישן זשעסט — אָנגעהויבן די פּראָגראַם פֿון מײַן יוביליי־קאָנצערט מיט דער הייליקער תּפֿילה „כּל־נדרי‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.