„װען עמעצער װעט אַ מאָל אָנשרײַבן די געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע …‟ — די דאָזיקע װערטער חזרן זיך איבער, אַזױ אָדער אַנדערש, עטלעכע מאָל אין די זכרונות פֿון ראובֿן אײַזלאַנד „פֿון אונדזער פֿרילינג‟. דאָס בוך איז אַרױס אין 1954, װען דער מחבר איז שױן געװען שװער קראַנק. ער האָט געזאַמלט זײַנע אַרטיקלען, עסײען, און פּערזענלעכע מעמואַרן װעגן זײַנע אַמאָליקע פֿרײַנד, ייִדישע שרײַבער, װאָס ס‘רובֿ פֿון זײ זײַנען צו יענער צײַט שױן געװען אויפֿן עולם־האמת. אײַזלאַנד שרײַבט ניט פֿאַר זײַנע מיטצײַטלער, נאָר פֿאַרן קומעדיקן דור, מיט דער האָפֿענונג, אַז מען װעט נאָך האָבן אַן אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור. איצט, אין 60 יאָר אַרום, איז זײַן בוך, סוף־כּל־סוף, זוכה געװען צו דערגרײכן דעם ענגלישן לײענער, אַ דאַנק דער איבערזעצונג פֿון דזשעראַלד מאַרקוס, װאָס איז אַרױס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם סיראַקוזער אוניװערסיטעט.
דאָס בוך מאָלט אַ רײַכן קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿונעם סאַמע אָריגינעלן און שעפֿערישן דור פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. אײַזלאַנד דערצײלט װעגן די „פּאָעטן און דערצײלער, װאָס זײַנען געקומען מיט אונדז אין אײן צײַט — צװישן 1905 און 1915‟. דאָס איז געװען, זאָגט אײַזלאַנד, „דער פֿרילינג פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע. מיט האַרבע ריחות פֿון אױפֿשפּראָצן, אַלע קאָלירן פֿון בלי, דעם אומרו, די װײטיקן, די חלומות, די בענקשאַפֿטן, די דערװאַרטונגען און האָפֿערדיקײט פֿון יונגן װוּקס, װאָס שפּירט זיך אין אַלע פֿרילינגן.‟ און אָט דאָס איז טאַקע דאָס סאַמע װערטפֿולע אינעם בוך: די אַטמאָספֿער, דער לעבנס־שטײגער און די לעבעדיקע כאַראַקטערן פֿון די אַמאָליקע „יונגע‟, װאָס האָבן געמאַכט אַ רעװאָלוציע אין דער ייִדישער װעלט־ליטעראַטור.
אײַזלאַנד האָט טרעפֿלעך פֿאַרסך–הכּלט דעם סאַמע מהות פֿונעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון ייִדיש אין אַמעריקע: „דער דור שרײַבער […] האָט זיך געקאָנט צעבליִען און צעװאַקסן נאָר אױפֿן היגן אַמעריקאַנער ייִדישן באָדן, אין היגן קלימאַט און אונטער די היגע אומשטענדן. די היגע סבֿיבֿה האָט דעם דור געגעבן אָן אַ שיעור, און דאָך האָט ער זיך אין איר געפֿילט פֿרעמד.‟ אַזױ אַרום איז אַמעריקע געװען אי גוט, אי שלעכט פֿאַר דער ייִדישער קולטור. גוט, װײַל זי איז געװען אַ ׳שמעלצטאָפּ׳ פֿאַר פֿאַרשידענע ייִדישע דיאַלעקטן און טראַדיציעס, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעשמאָלצן אין דער אָריגינעלער מאָדערנער ליטעראַרישער כּלל־שפּראַך. שלעכט, װײַל די „װאָרצלען, די פֿיזישע און גײַסטיקע, זײַנען געװען ערגעץ אַנדערש־װוּ‟: די ייִדישע ליטעראַטן זײַנען פֿאַרבליבן מיט אײן פֿוס אין דער אַלטער הײם, בעת דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום האָט געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. מען האָט געבענקט נאָך דער אַלט־הײמישער ייִדישקײט, און געזוכט אירע שפּורן אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
„פֿון אונדזער פֿרילינג‟ איז זײער אַ רירעװדיק בוך. דאָס איז אײנער פֿון די װיכטיקסטע און װאָגיקסטע מענטשלעכע דאָקומענטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, און דערצו נאָך אַ מוסטערװערק פֿונעם מעמואַריסטישן זשאַנער. אײנצלנע קאַפּיטלען אַנטפּלעקן די אַמאָליקע װעלט פֿון דער ייִדישער קולטור פֿון פֿאַרשידענע צדדים; און אײניקע זײַנען קורצע נאָטיצן באַקענען דעם לײענער מיט פֿאַרגעסענע װיכטיקע פֿיגורן פֿון דער אַמאָליקער ליטעראַרישער בינע, אַזעלכע װי י. קיסין אָדער הערמאַן גאָלד. חוץ דעם, האָט אײַזלאַנד אַרײַנגענומען אינעם בוך זײַנע קריטישע אַרטיקלען פֿון פֿאַרשידענע צײַטן, װאָס האָבן אָפּגעהיט דעם פֿרישן טעם פֿון יענע „פֿרילינג‟־יאָרן.
דאָס סאַמע שענסטע און אינטימסטע קאַפּיטל איז געװידמעט דער דיכטערין אַנאַ מאַרגאָלין, מיט װעלכער דער מחבר האָט פֿאַרבראַכט לאַנגע יאָרן. איר דראַמאַטישער לעבנסגאַנג װערט אילוסטרירט מיט אירע לידער. מען דאַרף באַדאַנקען דעם איבערזעצער און דעם פֿאַרלאַג פֿאַר אָפּהיטן די ייִדישע אָריגינאַלן פֿון די לידער, װאָס מען קאָן לײענען אין אײנעם מיט די ענגלישע איבערזעצונגען.
די קעגנזײַטיקע באַציִונגען צװישן דעם רעאַלן לעבן און דער ליטעראַרישער פֿאַנטאַזיע איז געװען אַן אָפֿענע פֿראַגע פֿאַר „די יונגע‟. אײניקע פֿון זיי, װי מאַני לײב, האָבן געטענהט, אַז די װעלט פֿונעם פּאָעטישן כּוח־הדמיון דאַרף זײַן אומאָפּהענגיק פֿון די רעאַלע אומשטאַנדן פֿונעם דיכטערס לעבן. די אַנדערע, װי משה לײב האַלפּערן און זישאַ לאַנדױ, האָבן געשעפּט זײער אינספּיראַציע דווקא פֿון דער טאָג־טעגלעכקײט. אײַזלאַנדס זכרונות איז אַ װאָגיקער באַװײַז, אַז לעבן און ליטעראַטור לאָזן זיך טאַקע ניט אָפּרײַסן, אַפֿילו אין מאַני לײבס אײגענער שאַפֿונג.
װאָס קאָן אײַזלאַנד זאָגן דעם הײַנטיקן דור, מיט הונדערט יאָר נאָך זײַן צײַט? אין אַ געװיסן זין, קאָן די דאָזיקע דיסטאַנץ זײַן אַפֿילו אַ מעלה. דאָס בוך טראָגט אין זיך די פֿרישקײט פֿון אַ נײַער אַנטדעקונג. די אַמעריקאַנער ייִדישע קולטור איז אַן אוצר, װאָס װאַלגערט זיך אונטער אונדזערע פֿיס, און מען דאַרף זיך פּשוט אָנבײגן און אױפֿהײבן די דאָזיקע פּערל. אײַזלאַנדס בוך איז דער בעסטער װעגװײַזער אינעם דאָזיקן פֿאַרכּישופֿטן און פֿאַרגעסענעם לאַנד פֿון ייִדישע ליטעראַרישע קאַפֿעען, שמאָלע שטיבער און ברײטע גאַסן, װוּ עס איז געשאַפֿן געװאָרן די יונגע ייִדישע קולטור.
אײַזלאַנד שרײַבט: „װען מיר זײַנען געקומען, איז די ייִדישע דיכטונג געװען אין דינסט בײַ אידעען און באַװעגונגען, סאָציאַלע און נאַציאָנאַלע. די דיכטער זײַנען געשטאַנען הױך, האָבן פֿאַרנומען זײער אַ חשובֿ אָרט. אָבער די דיכטונג איז, װי יעדע דינסט, געלעגן טיף אין דער ערד.‟ און אַזױ איז, צום באַדױערן פֿאַרבליבן עד־היום: די ייִדישע ליטעראַטור װערט אָפֿטמאָל גענוצט צוליב געװיסע צילן, פּאָליטישע אָדער אידעאָלאָגישע, אָבער װערט זעלטן אָפּגעשאַצט פֿאַר אירע אײגענע קינסטלערישע מעלות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.