אַ שיל אין טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע וויל ווײַזן דער וועלט, אַז פֿלאָרידע איז נישט דער איינציקער שטאַט, וווּ אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק קען אויסלעבן זײַנע „גאָלדענע יאָרן‟.
מיט אַ וואָך צוריק האָט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל „ברית־שלום בני־ישׂראל‟ (BSBI) אויפֿגענומען מער ווי פֿערציק ייִדן פֿון ניו־יאָרק, לאָס־אַנדזשעלעס און אַנדערע שטעט איבער אַמעריקע צו פֿאַרברענגען שבֿועות אין זייער קהילה. פֿאַר אַ נידעריקן פּרײַז האָט די שיל זיי באַזאָרגט מיט מאָלצײַטן, האָטעל־צימערן און אַ פֿולע פּראָגראַם פֿון שיעורים, אַקאַדעמישע לעקציעס און געלעגנהייטן צו באַזוכן די טוריסטן־ערטער פֿון דער היסטאָרישער שטאָט.
צו אָרגאַניזירן די אונטערנעמונג איז אײַנגעפֿאַלן דער רביצין. זעענדיק וויפֿל ייִדישע טוריסטן באַזוכן טשאַרלסטאָן אַ גאַנץ יאָר, האָט אַרילה דייוויס, די שפּרודלדיקע 31־יאָריקע פֿרוי פֿון הרבֿ משה דייוויס — דער גײַסטיקער פֿירער פֿון BSBI — פֿאָרגעלייגט, אַז די שיל זאָל אָרגאַניזירן אַ ספּעציעלע שבֿועות־פּראָגראַם פֿאַר מחוץ־שטאָטישע געסט, וווּ זיי וועלן קאָנען זיך באַקענען מיט די אָרטיקע ייִדן.
לויט Conde Nest Traveler, איז טשאַרלסטאָן פֿאַראַיאָרן באַצייכנט געוואָרן ווי דאָס פּאָפּולערסטע טוריסטן־אָרט אויף דער וועלט. כּמעט 4.5 מיליאָן טוריסטן באַזוכן די שטאָט יעדעס יאָר. פֿון דעסטוועגן, ווייסן ווייניק מענטשן, אַז טשאַרלסטאָן האָט אויך אַן אַקטיווע אָרטאָדאָקסישע קהילה, אַרײַנגערעכנט דרײַ מנינים, אַ טאָגשול, און אַ בכּבֿודיקן אָפּטייל פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם „אוניווערסיטעט פֿון טשאַרלסטאָן‟, וווּ די קלאַסן זענען אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אַ קאָנסערוואַטיווע און אַ רעפֿאָרם סינאַגאָגע געפֿינען זיך אויך דאָ.
„אַ סך ייִדן, ווען זיי זוכן אַן אָרט, וווּ צו וווינען נאָכן פּענסיאָנירן, פֿליִען זיי איבער אונדזערע קעפּ, דירעקט קיין פֿלאָרידע,‟ האָט באַמערקט דער פּרעזידענט פֿון BSBI, לאַרי הייבער. „דורך אַרגאָניזירן אַזאַ פּראָגראַם, האָפֿן מיר, אַז מענטשן וועלן זיך דערוויסן אויך וועגן אונדזער קהילה.‟
במשך פֿון די דרײַ טעג האָבן אַ צאָל געסט געלויבט די וואַרעמע גאַסטגעבערישקייט פֿון די אָרטיקע ייִדן. „ס׳איז געווען זייער שיין צו פּראַווען יום־טובֿ צוזאַמען מיט אַ קהילה, וואָס מיר האָבן פֿריִער נישט געקענט,‟ האָט באַמערקט אַטאַראַ ראָס, אַ סאָציאַלע אַרבעטאָרין פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. „ווען מע פֿאָרט צו חב״ד, למשל, זענען זיי זייער וואַרעם און גאַסטפֿרײַנדלעך, און פֿאַרבעטן דיך צו זיך אַהיים, אָבער דו קריגסט נישט באמת קיין געפֿיל פֿון דער קהילה.‟
די אָרגאַניזירער פֿון דער פּראָגראַם האָבן זיך טאַקע באַמיט, ווי ווײַט מעגלעך, צו געבן די געסט אַזאַ געפֿיל. אַחוץ שיעורים אויף רעליגיעזע טעמעס, האָט מען אויך אַרײַנגענומען אַ לעקציע וועגן דער קהילהס קאָמפּליצירטער געשיכטע אין אַ שטאַט, וואָס האָט פֿאַרטיידיקט שקלאַפֿערײַ; אַ דיסקוסיע מיט די עלטערע ייִדישע אײַנוווינער, וועלכע זענען דערצויגן געוואָרן ווי שכנים אין טשאַרלסטאָן, און אַ צווייטע דיסקוסיע — מיט עטלעכע ניו־יאָרקער פּענסיאָנערן, וועלכע האָבן זיך דאָרט לעצטנס באַזעצט. אַזוי אַרום האָבן די געסט זיך דערוווּסט סײַ וועגן דעם נעכטן, סײַ וועגן דעם הײַנט פֿון דער אָרטיקער קהילה.
„מיר ווייסן אַלע דעם סטערעאָטיפּ פֿונעם ׳רעדנעק׳ [די פּראָווינציעלע, אָפֿט מאָל ראַסיסטישע קאַריקאַטור פֿונעם דרומדיקן אײַנוווינער],‟ האָט ראָס דערקלערט. „אָבער נאָכן שמועסן מיט די עלטערע ייִדן דאָ, האָב איך זיך דערוווּסט דווקא ווי גוט מע האָט די ייִדן דאָ אויפֿגענומען.‟
די געסט האָבן אויך געהאַט אַ געלעגנהייט צו מאַכן אַ טור איבערן היסטאָרישן קוואַרטאַל אין אַ פֿערד־און־וואָגן, און צו באַזוכן אַן אויסשטעלונג וועגן דער לאַנגער, לעבעדיקער געשיכטע פֿון די ייִדן אין דרום־קאַראָלײַנע. ווייניק מענטשן ווייסן, למשל, אַז טשאַרלסטאָן איז איינער פֿון די עלטסטע ייִדישע ייִשובֿים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען דער פֿילאָסאָף דזשאַן לאַק האָט געגרינדעט די קאַראָלײַנער קאָלאָניע אינעם יאָר 1669, האָט ער אָנגעשריבן אינעם טשאַרטער, אַז „דאָ וועלן אַלע קאָלאָניסטן, אַרײַנגערעכנט די ייִדן און נישט־גלייביקע, געניסן פֿון רעליגיעזער פֿרײַהייט‟. אינעם יאָר 1800 זענען שוין געווען בערך 2,000 ייִדן אין דרום־קאַראָלײַנע, ס׳רובֿ פֿון זיי אין טשאַרלסטאָן; דאָס איז דעמאָלט געווען די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון אַלע שטאַטן אין אַמעריקע.
די ייִדן האָבן זייער גוט געלעבט אין טשאַרלסטאָן, און געבויט הצלחהדיקע געשעפֿטן. גייענדיק הײַנט אויף די גאַסן פֿונעם היסטאָרישן קוואַרטאַל, קען מען נאָך זען די נעמען פֿון ייִדישע געשעפֿטן, ווי „בערלינס קליידער־געוועלב‟ און „הײַמאַנס רעסטאָראַן‟.
די אָרטאָדאָקסישע שיל „ברית שלום‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1852, ווען אַ גרופּע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון פּוילן און פּרײַסן האָבן באַשלאָסן, אַז זיי ווילן אַן אַשכּנזישע שיל. (אַ ספֿרדישע שיל איז שוין געווען אין טשאַרלסטאָן, זינט 1749.)
אין 1861 האָט זיך אָנגעהויבן דער בירגערקריג. „ברית שלום‟ איז געווען די איינציקע פֿון די דרײַ שילן אין טשאַרלסטאָן, וואָס האָט געהאַלטן אירע טירן אָפֿן במשך פֿון דער מלחמה, באַזאָרגנדיק די קהילה מיט כּשר פֿלייש, ווי אויך מצות אויף פּסח. שפּעטער האָט די שיל זיך פֿאַראייניקט מיט אַ צווייטער אָרטאָדאָקסישער סינאַגאָגע, „בית־ישׂראל‟.
דער פֿאַקט, אַז טשאַרלסטאָן האָט אַ מאָל פֿאַרטיידיקט שקלאַפֿערײַ, און אַז די ייִדן האָבן אַליין פֿאַרמאָגט שקלאַפֿן, איז עטלעכע מאָל דיסקוטירט געוואָרן בעת דער פּראָגראַם. דער גאַסט־לעקטאָר, הרבֿ אַבֿרהם קיוועלעוויץ, האָט אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע וועגן דער פֿאַרטיידיקונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין חומש, און ווי דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער אָמעריקאַנער תּקופֿה פֿאַרן בירגערקריג; און ראָבערט ראָזען, אַן אָרטיקער אַדוואָקאַט און היסטאָריקער, האָט אויסגעדריקט אַ בפֿירושן שטאָלץ מיט דער געשיכטע פֿון דער קאָנפֿעדעראַציע.
„מע הערט אָפֿט, אַז די ייִדן האָבן פֿאַרמאָגן שקלאַפֿן, אָבער ווייניק מענטשן ווייסן, אַז אַ טייל שוואַרצע האָבן אויך פֿאַרמאָגט שקלאַפֿן,‟ האָט ראָזען דערקלערט. „פֿאַקטיש זענען געווען אַ סך מער שוואַרצע שקלאַפֿן־אייגנטימער ווי ייִדישע. דאָס זענען געווען שוואַרצע פֿרויען, וועלכע האָבן געהאַט שנײַדער־געשעפֿטן, און געדאַרפֿט אַרבעטער צוצוגרייטן די קליידער.‟
ראָזען האָט צוגעגעבן, אַז די צפֿונדיקע שטאַטן האָבן אויך געהאַט שקלאַפֿן, און אַז די גרעסטע קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ זענען געווען דווקא פֿאַרברענטע אַנטיסעמיטן.
זײַנע באַמערקונגען האָבן איבערראַשט אַ טייל פֿון די „צפֿונדיקע‟ געסט אין עולם. לערי קרול, דער גרינדער פֿון „דבֿר‟, אַן אָרטאָדאָקסישע אידעען־פֿאַבריק אין טינעק, ניו־דזשערזי, האָט געזאָגט, אַז ראָבערט ראָזען איז אַ כאַריזמאַטישע פּערזענלעכקייט, און „אַ פֿאַסצינירנדיקער בײַשפּיל פֿון די שטאָלצע דרומדיקע אײַנוווינער, וועלכע אַנטשולדיקן זיך בכלל נישט פֿאַר די מעשׂים פֿון די פֿריִערדיקע דורות.‟
קרול און זײַן פֿרוי, סוזען פֿיידער, זענען אָבער געווען שטאַרק אימפּאָנירט פֿון דער פֿרײַנדלעכקייט פֿון דער קהילה און פֿון די געסט, און האָבן, ווי אַנדערע באַטייליקטע, אָנגעקניפּט נײַע פֿרײַנדשאַפֿטן.
דזשעפֿרי גוראָק, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר אין „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ און דער מחבר פֿונעם בוך, „אָרטאָדאָקסיע אין טשאַרלעסטאָן‟, זאָגט, אַז די אָרטיקע ייִדן זענען זייער שטאָלץ מיט זייער ייִדישן אָפּשטאַם און נעמען אַן אַקטיוון אָנטייל אין דער קהילה. „בעת אַ יום־השואה צערעמאָניע, וואָס מע האָט אָפּגעהאַלטן אינעם רעפֿאָרם־טעמפּל ׳בית אלהים׳ פֿאַראַיאָרן, זענען אַלע 600 ערטער געווען פֿאַרנומען. אַז מע נעמט אין באַטראַכט, אַז עס וווינען אינעם טשאַרלסטאָנער ראַיאָן נישט מער ווי 6,000 ייִדן, הייסט עס, אַז גאַנצע 10% פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז בײַגעווען בײַ דער הזכּרה. דאָס זעט מען זעלטן וווּ,‟ האָט גוראַק באַמערקט.
„איין שוועריקייט האָבן זיי אָבער יאָ: ווי אָנצוהאַלטן די יונגע לײַט,‟ האָט גוראַק באַמערקט. „די ייִדישע טאָגשול איז אַ געראָטענע, אָבער קיין ייִדישע מיטלשול איז נישטאָ. הייסט עס, באַלד ווי די קינדער פֿאַרענדיקן דעם אַכטן קלאַס, זעט מען זיי נישט מער.‟
הייבער איז מסכּים, אַז דאָס איז אַ פּראָבלעם פֿאַר דער קהילה. „טאַקע דערפֿאַר פּרוּוון מיר נישט איבערצײַגן די משפּחות מיט 10־12 יאָריקע קינדער צו וווינען דאָ, נאָר גיכער די פּענסיאָנערן.‟
סוזען און סטואַרט קאַופֿמאַן, צוויי פּענסיאָנירטע אַדוואָקאַטן פֿון גרייט־נעק, נ״י, האָבן פֿאַראַיאָרן זיך טאַקע איבערגעצויגן קיין טשאַרלסטאָן, און זענען זייער גליקלעך מיט זייער באַשלוס.
„מיר האָבן געזוכט אַ וואַרעם אָרט זיך צו באַזעצן,‟ האָט סוזען קאַופֿמאַן דערציילט. „האָבן מיר געזוכט אין צפֿון־קאַראָלײַנע און אין פֿלאָרידע, אָבער נישט געפֿונען קיין קהילה, וואָס איז אונדז געפֿעלן געוואָרן. האָט עמעצער אונדז דערציילט וועגן טשאַרלסטאָן. ווען מיר האָבן געהערט, אַז עס געפֿינען זיך דאָרט דרײַ אָרטאָדאָקסישע מנינים, זענען מיר געפֿאָרן עס אָנקוקן.‟
נאָכן אָנקומען אַהין האָט עס נישט געדויערט לאַנג צו באַשליסן. „אונדזער עראָפּלאַן האָט געלאַנדעט פֿרײַטיק, 11:00 אין דער פֿרי; מיר האָבן שעהען לאַנג שפּאַצירט איבער דעם היסטאָרישן טייל פֿון טשאַרלסטאָן, און ביז 6:00 אין אָוונט בין איך שוין געווען פֿאַרליבט אין דער שטאָט. זונטיק האָבן מיר זיך פֿאַרבונדן מיט אַ הײַזער־מעקלער, און דינסטיק האָבן מיר שוין אויסגעקליבן דאָס הויז.‟
בײַ ס׳רובֿ פֿון די געסט אויף דער פּראָגראַם איז די נסיעה קיין טשאַרלסטאָן אָבער נישט געווען קיין פֿראַגע פֿאַרבונדן מיט פּענסיאָנירן זיך. „מיר האָבן סתּם געזוכט אַן אַוואַנטורע,‟ האָט סאַם אַמדורער, אַ גאַסט פֿון מאָנסי, נ״י, געזאָגט וועגן זיך און איר מאַן, לעני. „אָבער דער אמת איז, באַלד ווי מיר זענען געקומען אַהער, האָבן מיר דערפֿילט אַ פֿאַרבינדונג מיט די אָרטיקע ייִדן.‟ דעם לעצטן פֿרימאָרגן פֿון זייער באַזוך האָט מען אַפֿילו געבעטן לעני דאַוונען שחרית בײַם עמוד.
„האָפֿנטלעך, וועלן מיר אין גיכן זיך אומקערן אַהער — האָט סעם באַמערקט — און דעמאָלט וועלן מיר שוין פֿאַרברענגען אַ גאַנצן חודש דאָ.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.