וואַשינגטאָן. — פּוילן געפֿינט זיך אין גוטע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן; די פּוילישע רעגירונג האָט אָבער אַרויסגעוויזן די גרעסטע אומבאַוויליקייט, צווישן אַלע אייראָפּעיִשע לענדער, אָפּצוגעבן דאָס האָב-און-גוטס דע געוועזענע ייִדישע אייגנטימער פֿון דער שארית-הפּליטה, אָדער זייערע יורשים, הגם פּונקט אין פּוילן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן בערך אַ העלפֿט פֿון די ייִדישע חורבן-קרבנות. פּוילן איז דאָס איינציקע לאַנד, וואָס לייגט נישט פֿאָר קיין חורבן-קאָמפּענסאַציעס.
די פֿירער פֿון אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע גרופּעס קלײַבן זיך אָנצודריקן אויף דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, ער זאָל משפּיע זײַן אויף דער פּוילישער רעגירונג מכּוח די חורבן-קאָמפּענסאַציעס. פֿאַר די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער, איז דער דאָזיקער ענין אָבער פֿאַרבונדן מיט אַן ערנסטער דילעמע. פֿון איין זײַט, זענען די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס פּוילן וויל זיך נישט באַטייליקט, ווי געהעריק, אין די רעסטיטוציע-פּראָגראַמען. פֿון דער צווייטער זײַט, וואָלט אַ צו שטאַרקער דרוק געקאָנט קאַליע מאַכן די פֿרײַנדלעכע און נאָענטע באַציִונגען מיט ישׂראל און אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער פּוילישער אויסערן-מיניסטער, ראַדאָסלאַוו סיקאָרסקי, וועט פֿאַרבעטן ווערן, ווי אַ חשובֿער גאַסט, דעם קומענדיקן חודש אויף דער יערלעכער פֿאַרזאַמלונג פֿונעם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟. ווי אַ רעזולטאַט, האָבן ווייניק ייִדישע פֿירער אָדער אַמעריקאַנער קאָנגרעס-לײַט אַרויסגעוויזן אַ פֿאַרלאַנג צו פֿאַרהאַנדלען די דאָזיקע פֿראַגע מיט דער פּוילישער רעגירונג.
די פּוילישע רעגירונג רעקאָמענדירט די יורשים פֿון די נאַצי-באַגנבֿעטע צו ווענדן זיך אין די אָרטיקע געריכטן, כּדי צו באַקומען צוריק זייערע הײַזער. דאָס איז אָבער אַ קאָמפּליצירטער און לאַנגער פּראָצעס. ס׳איז שווער צו געווינען אַזאַ געריכט-ענין, ווײַל אין דער פּוילישער סיסטעם איז נישטאָ קיין ספּעציעלע געזעצן לטובֿת די געליטענע פֿונעם חורבן.
אַ צאָל פֿירער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן איבערגעגעבן, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער דאָזיקער פּראָבלעם. דער פּרעזידענט אָבאַמאַ אַליין האָט עס דערמאָנט בעת זײַן באַגעגעניש מיטן פּוילישן פּרעמיער-מיניסטער, דאָנאַלד טוסק. בסך-הכּל, אָבער, ווערט די רעסטיטוציע-פֿראַגע זעלטן פֿאַרהאַנדלט אויף אַן ערנסטן אופֿן און אַזעלכע דיסקוסיעס האָבן דערווײַל נישט געבראַכט צו קיין גרויסע רעאַלע רעזולטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.