ירושלים. דזשאָן קערי, דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר האָט זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו: „מיר װעלן באַהאַנדלען די סיטואַציע אַרום איראַן און דעם קריזיס אין סיריע, אָבער באַזונדערס װילן מיר װאָס גיכער לאָזן אין גאַנג דעם שלום־פּראָצעס מיט די פּאַלעסטינער.‟ דזשאָן קערי: „דאָס אַרײַנציִען לבֿנון און יאָרדאַניע אינעם סירישן קאָנפֿליקט רירט אָן די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל‟.
ניו־יאָרק. דער אַמעריקאַנער יוסטיץ־מיניסטער עריק האָלדער האָט באַשטעטיקט, אַז דער פֿירער פֿון „אַל־קײַדאַ‟ אין תּימן, אַנװאַר אַל־אַװלאַקי, איז נײטראַליזירט געװאָרן אין תּימן מיט דרײַ יאָר צוריק, מיט אַ שאָס פֿונעם אַמעריקאַנער אָנפּילאָטניק. אַל־אַװלאַקי האָט געהאַט אַ טאָפּלטע, תּימן־אַמעריקאַנער בירגערשאַפֿט.
איראַן. „דער באַריכט פֿון נוקלעאַר־קאָמיסיע בײַ דער ׳יו־ען׳ האָט באַװיזן, אַז אונדזערע נוקלעאַרע פּראָגראַמען טראָגן אַ ציװילן כאַראַקטער‟.
בריסל. די אָפֿיציעלע פֿאָרשטײער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד װעגן דעם באַריכט פֿון דער נוקלעאַר־קאָמיסיע אין װין: „איראַן איז ניט אָפֿנהאַרציק אין זײַנע נוקלעאַרע כּװנות‟.
ישׂראל. דער מדינה־פּרעזידענט שמעון פּערעס, בעת דער טרעפֿונג מיטן געװעזענעם פּרעזידענט פֿון פֿראַנקרײַך, ניקאָלאַ סאַרקאָזי, האָט געזאָגט: „די סיטואַציע אינעם מיטלענדישן ראַיאָן איז זײער אַן אָנגעשפּאַנטע. אונדזערע פּאָליטיקער און מיליטער־לײַט מוזן צוהאַלטן דעם טאָן פֿון די אױסדרוקן לגבי סיריע‟.
יאָרדאַניע. אַ משפּחה פֿון פֿרומע ייִדן, אַכט נפֿשות פֿון בית־שמש, האָט געגנבֿעט די גרענעץ מיט יאָרדאַניע און איז אַרעסטירט געװאָרן. די עלטערן און זײערע זעקס קינדער זײַנען אומגעקערט געװאָרן קײן ישׂראל. מאָטיװן פֿון זײער אױפֿפֿירונג זײַנען אומבאַקאַנט.‟ דער זיכערהײט־אַמט האָט אַנטדעקט אַ צעצװײַגטע שפּיאָנען־נעץ פֿון דעם סירישן רעזשים, װעלכע איז אײַנגעװאָרצלט געװאָרן אין יאָרדאַניע בעתן מאַסן־שטראָם פֿון די סירישע פּליטים.
ראַמאַלאַ. נאַביל שאַאַט, אַ הױכגעשטעלטער פּאַרשױן אין דער פּאַלעסטינער פֿירערשאַפֿט: „די מיניסטאָרין ציפּי ליבֿני קען ניט גורם זײַן דעם משׂא־מתּן־פּראָצעס. דער אױטאָריטעט פֿון ליבֿני אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג איז ניט קײן גרױסער‟.
איראַק. „כעזבאָלאַ‟ מאָביליזירט די איראַקישע מיליטאַנטישע שיִיִטן אין די „כעזבאָלאַ‟־מיליציעס, װעלכע קעמפֿן אין סיריע קעגן די סוניטישע רעבעלן. די סירישע אָפּאָזיציאָנערן האָבן געמאָלדן, אַז די לעצטע טעג, בעת די אַכזריותדיקע שלאַכטן אין סיריע, זײַנען דערמאָרדעט געװאָרן פֿון 200 ביז 300 „כעזבאָלאַ‟־לײַט. „כעזבאָלאַ‟, פֿון איר זײַט, טענהט, אַז אין סיריע זײַנען דערהרגעט געװאָרן „נאָר 75 סאָלדאַטן‟.
בײרוט. דער איראַנישער אַמבאַסאַדאָר אין לבֿנון, אַטשאַנפּאַר אַבאַדי, בעת אַ טרעפֿונג מיטן געװעזענעם לבֿנון־פּרעזידענט עמיל לאַכוד: „מיר װעלן ניט זיצן מיט קײן פֿאַרלײגטע הענט, אױב דער ציוניסטישער שׂונא װעט באַפֿאַלן סיריע‟.
עזה. אַ פּאַלעסטינער איז פֿאַראורטײלט געװאָרן צום טױט, און דער צװײטער — צו אַ לעבנסלאַנגער תּפֿיסה, פֿאַר זײער טעטיקײט „לטובֿת ישׂראל‟. זינט יאַנואַר 2013 זײַנען דרײַ פּאַלעסטינער פֿאַראורטײלט געװאָרן אין עזה צום טױט דורך דעם „כאַמאַס‟־מיליטערישן פֿעלדגעריכט.
פּאַריז. זשאָרזש (דזשאָזעף) מוסטקי, אַן עגיפּטישער ייִד, דער גרױסער פֿראַנצײזישער שאַנסאָניע, דער „פֿראַנצײזישער באָב דילאַן‟, איז ניפֿטר געװאָרן אין ניס אין דער עלטער פֿון 79 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.