די אַמעריקאַנער קאָסמאָס-אַגענטור, „נאַסאַ‟, האָט געגעבן דעם מעכאַנישן אינזשעניר מיטן נאָמען אַנדזשאַן קאָנטראַקטאָר, אַ מיטאַרבעטער פֿון דער „פֿאָרש-פֿירמע פֿון סיסטעמען און מאַטעריאַלן‟ אין אָסטין, שטאַט טעקסאַס, אַ גראַנט אויף אַ סומע פֿון 125 טויזנט דאָלאַר, כּדי צו שאַפֿן אַ וווּנדער-מאַשין, וואָס וועט אַרויסגעבן פֿאַרשיידענע מאכלים, אַזוי ווי אַ מין דרוקער. די דאָזיקע ידיעה האָט קאָנטראַקטאָר איבערגעגעבן דינסטיק, דעם 21סטן מײַ, דער נײַעס-וועבזײַט „קוואַרץ‟.
די דאָזיקע מעשׂה האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ. פֿאַרשיידענע בלאָגער האָבן אָנגעהויבן זי באַטראַכטן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. דער זשורנאַליסט קריסטאָפֿער מימס, דער מחבר פֿונעם אָריגינעלן אַרטיקל אויף דער וועבזײַט „קוואַרץ‟, האָט עס באַגלייט מיטן קעפּל „דער אַמביציעזער פּלאַן צו מאַכן אַ סוף צום הונגער‟. כּלומרשט, אַז „נאַסאַ‟ פּלאַנירט צו שאַפֿן אַ מכשיר, וואָס וועט קאָנען באַזאָרגן די וועלט מיט אומזיסטן אָדער ביליקן שפּײַז. מע דאַרף פּשוט קויפֿן אַ ספּעציעל קאַרטרידזש, אַזוי ווי פֿאַרן געוויינטלעכן דרוקער, אַרײַנשטעלן אים אין דער וווּנדער-מאַשין, געבן אַ קוועטש אויף אַ קנעפּל, און אָט אײַך אַ פּיצע אָדער אַ שאָקאָלאַד-טאָרט — וואָס איר ווילט!
דער זעלבער געדאַנק האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין אַזעלכע הויפּט-שטראָמיקע קוואַלן, ווי „יאַהו‟ און „לאָס-אַנדזשעלעס טײַמס‟. באַלד וועט קומען אַ צײַט, ווען אַנשטאָט אײַנקויפֿן דעם טײַערן שפּײַז אין די קראָמען, וועט יעדער קאָנען עס „אָפּדרוקן‟, אַזוי ווי אַ פֿאָטאָגראַפֿיע. קאָנטראַקטאָר האָט טאַקע געמאָלדן אין זײַן אינטערוויו, אַז ער האָפֿט צו ראַטעווען די וועלט פֿון הונגער מיט זײַן פּלאַנירטער המצאה. ער גלייבט, אַז שפּײַז וועט אין דער צוקונפֿט ווערן אַלץ טײַערער און טײַערער — דערפֿאַר וועלן מענטשן זיך נייטיקן אין ביליקערע אַלטערנאַטיווע מאכלים.
לויט זײַן אינטערנעץ-זײַטל, איז קאָנטראַקטאָר טאַקע אַ גוטער געניטער אינזשעניר. עס זעט אָבער אויס, אַז קיין גוטער עקאָנאָמיסט איז ער נישט, סײַדן ער טרעט אויף מיט אַזעלכע אַרויסזאָגונגען, כּדי צו שאַפֿן אַ סענסאַציע אַרום זײַן פֿאָרשונג. צום בײַשפּיל, אויב יעדער וואָלט אָנגעהויבן קאָפּירן געלט מיט אַ קאָליריקן דרוקער, וואָלט עס נישט געהאָלפֿן צו לייזן די פּראָבלעם פֿון אָרעמשאַפֿט אויף דער וועלט, הגם עס וואָלט יאָ פֿאַרשאַפֿט אַ סך וואַקאַנסיעס אין דער פּאָליציי, וועלכע וואָלט זיך באַמיט אָפּצושטעלן די כוואַליע פֿון פֿאַלשע באַנקנאָטן.
דער פּלאַנירטער מכשיר וועט אָנגעלאָדן ווערן מיט עטלעכע מינים שפּײַז-פּודער, פֿון וועלכע עס וועלן אויסגעפֿורעמט ווערן פֿאַרשיידענע מאכלים מיט אַ רעלאַטיוו טראַדיציאָנעלן טעם און אויסזען. קיין גרויסע סענסאַציע איז אין דעם נישטאָ. דער חידוש באַשטייט אינעם באַנוץ פֿון אַן אַזוי-גערופֿענעם דרײַ-דימענציאָנעלן דרוקער — אַ מאַשין, וואָס דערמעגלעכט צו שאַפֿן פֿאַרשיידענע אָביעקטן פֿון אַ ספּעציעלן פּודער. אַזעלכע מאַשינען האָבן זיך לעצטנס פֿאַרשפּרייט, און אַ סך אינזשעניר-פֿאָרשונגען הײַנט האָבן צו טאָן מיט דעם דאָזיקן זיך-אַנטוויקלענדיקן געביט פֿון טעכנאָלאָגיע.
לויט דער אידעע פֿונעם נײַעם מכשיר, וועט מען אַהין אַרײַנלייגן עטלעכע מינים געפּודערטע שפּײַז-אינגרעדיענטן, וועלכע וועלן אויסגעמישט ווערן אין דער מאַשין און צוגעבן אַ צורה, וואָס דערמאָנט אַ געוויינטלעכע פּיצע צי אַ טאָרט. בעצם, קאָן מען זאָגן, אַז דער דערפֿינדער קלײַבט זיך צו שאַפֿן אַ שטאַרק קאָמפּיוטעריזירטע ווערסיע פֿון אַ שפּײַז־מישער. אַדרבה, דאָס שאַפֿן די נייטיקע מינים פּודער פֿון נאַטירלעכע שפּײַז-פּראָדוקטן וועט, מסתּמא, פֿאָדערן מער אַרבעט און רעסורסן, ווי די געוויינטלעכע מאכלים.
„נאַסאַ‟ האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דעם דאָזיקן פּראָיעקט, ווײַל בעת די קומענדיקע לאַנגע קאָסמאָס-עקספּעדיציעס וועלן די אַסטראָנאָטן באַקומען, מיט דער הילף פֿון אַזאַ מכשיר, אַ ברייטערע ברירה פֿון שפּײַז-פּראָדוקטן. נישט האָבנדיק קיין מעגלעכקייט צו קריגן די נאָרמאַלע שפּײַז-פּראָדוקטן, וועלן זיי זיך דערקוויקן מיט די מאַשין-סוראָגאַטן.
עס קאָן אויך זײַן, אַז די קאָסמאָס-אַגענטור האָט געשטיצט אַזאַ פּלאַן צוליב רעקלאַמע. אַ סך נײַעס-קוואַלן, אָנהייבנדיק מיט „קוואַרץ‟, האָבן דערמאָנט די פֿאַנטאַסטישע פֿילמען, וווּ דאָס עסנוואַרג אויף די שטערן-שיפֿן ווערט געשאַפֿן דורך אַ „רעפּליקאַטאָר‟. אַ המצאה, וואָס דערמאָנט אַ ביסל אַזאַ וווּנדער-מאַשין, קאָן צוציִען דעם אויפֿמערק און אינטערעס פֿון אַ סך מענטשן צו די קאָסמאָס-ענינים.
קאָנטראַקטאָר האָט שוין געשאַפֿן אַ פּראָטאָטיפּ-מאַשין, וואָס מאַכט אויטאָמאָטיש שאָקאָלאַד-מאכלים. ווי מע קאָן זען אויפֿן ווידעאָ, קיין גרויסע פֿאַנטאַסטישע חידושים זענען אין דעם נישטאָ:
וואָס איז טאַקע אינטערעסאַנט, אַז דער דערפֿינדער פּלאַנירט זיך באַנוצט מיט די אומזיסטע פּלענער פֿון אַ דרײַ-דימענסיאָנעלן דרוקער מיטן נאָמען „מענדעל‟, אָנגערופֿן נאָכן גרינדער פֿון גענעטיק, דעם גרויסן עסטרײַכישן וויסנשאַפֿטער גרעגאָר מענדעל. די פֿריִערדיקע ווערסיע פֿונעם דרוקער האָט געהייסן „דאַרווין‟. די מאַשין ווערט באַגלייט מיט אַן אָפֿענער פֿרײַער ליצענץ, וואָס דערמעגלעכט יעדן זי נאָכצומאַכן אָדער אויסאַרבעטן אויף איר סמך נײַע מכשירים:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.