נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון צוויי ייִדישע קלאַרנעטיסטן, איינער פֿון מאָנטרעאָל, און דער צווייטער פֿון ברוקלין, שטעלן דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע ייִדישע מוזיקאַלישע סטילן און פֿאָרשן אויס נײַע מוזיקאַלישע טעריטאָריע.
סוף 2012 האָט די נײַע פֿירמע פֿון קאַליפֿאָרניע Golden Horn Records אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל ״Stormgame״ פֿון דעם מער באַקאַנטן מײַקל ווינאָגראַד, וואָס האָט במשך פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר אַרויסגעגעבן פֿיר קאָמפּאַקטלעך — „באַסאַראַבער האָפּ‟ (2008), „אינפֿעקשאָן‟ (2009), „ייִדישע פּרינצעסין‟ מיט שׂרה גאָרדאָן (2010), און „דער טאַראַס־קאַפּעליע‟ (2011). כאָטש באַוווּסט ווי איינער פֿון די בעסטע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן הײַנט, האָט ווינאָגראַד געשאַפֿן נישט בלויז קלעזמער־מעלאָדיעס אויפֿן נײַ קאָמפּאַקטל, נאָר גענאַשט פֿון דזשעז, קלאַסישער מוזיק און בײַ זײַנע פֿרײַנד — ייִדישע לידער פֿון דזשאַש וואַלעצקי און שׂרה גאָרדאָן.
ווינאָגראַד שפּילט דאָ אין זײַן געוויינטלעכן טריאָ — פּאַטריק פֿאַרעל, אַקאָרדיאָן, און בנימין פֿאָקס־ראָזען, באַס. עס נעמען אויך אָנטייל די זינגערין דזשודיט בערקסאָן, די פֿידלערין דבֿוררה שטראַס, דער צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און די ישׂראלדיקע פּיאַניסטקע ענת פֿאָרט. די 13 מעלאָדיעס אויף „שטורעם־שפּיל‟ מיט אַזוינע טשיקאַווע טיטלען ווי „מאָרד‟, „פֿאַנטאַזיע‟ „איבעררײַס‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סוויטע, אָבער מע קען הנאה האָבן פֿון יעדער מעלאָדיע באַזונדער. זיי בײַטן זיך פֿון נײַערע קלאַנגען צו מער טראַדיציאָנעלע קלעזמערישע שטיקלעך, ווי די „סקאָטשנע‟, מיטן טראָפּ אויפֿן פֿידל און צימבל, און דעם גאָר גיכן טאַנצנדיקן „גיים‟ [שפּיל]. במשך פֿון דער גאַנצער רעקאָרדירונג הערט מען בולט ווינאָגראַדס ווירטואָזקייט אויפֿן קלאַרנעט.
פֿון קאַנאַדע איז אָנגעקומען אַן ערנסטע רעקאָרדירונג פֿונעם קלאַרנעטיסט יונה קאַסטאָן. „שׂיח השׂדה‟ — ליד פֿון די גראָזן, באַשטייט, אין תּוך, פֿון בראָסלאָווער ניגונים, געשפּילט פֿון אַ דועט — קלאַרנעט און באַס (יואל קער). קאַסטאָן שפּילט נאָך נישט אויף אַזאַ מוזיקאַלישער מדרגה ווי ווינאָגראַד, אָבער זײַן ציל איז נישט ווירטואָזקייט, נאָר מוזיקאַלישע רוחניות. קאַסטאָנס קלאַרנעט־קלאַנג דערמאָנט אין אַ מער קלאַסיש־ייִדישן טאָן, אין דער טראַדיציע פֿון גיאָראַ פֿײַדמאַן, און דאָס קען אַ מאָל קלינגען צו זיס.
קאַסטאָנס שאַפֿערישע אַראַנזשירונגען, וועלכע נעמען אַרײַן אַנדערע אינסטרומענטן, מײַדן אויס, צום גרעסטן טייל, די דאָזיקע לאַקרעצדיקייט. בײַם ניגון „פֿירן די צדיקים אין גן־עגן‟ שפּילט דזשייסאָן ראָזענבלאַט אויף דער מויל־האַרמאָשקע און איסמאַיִל פֿענטשוגלו אויף דעם אוד. דאָס איז אַ ניגון, וואָס, ווי ע ס שרײַבט קאַסטאָן, איז אַן אַלטער פֿאַרגעסענער בראָסלאָווער ניגון וואָס מע האָט געפֿונען אינעם קיִעווער אַרכיוו, רעקאָרדירט בעת דער אַנ־סקי עקספּעדיציע אין 1913. דער זינגער האָט געהייסן שמואל גאַסטער, און ער האָט דערקלערט, אַז מע זיגנט די מעלאָדיע בײַם באַגלייטן די צדיקים אַרויף אין הימל אַרײַן.
יונה קאַסטאָן, זעט אויס, איז אַן אָנהענגער פֿון ברעסלאָווער חסידות, לכל־הפּחות פֿון ברעסלאָווער נגינה; אַ העלפֿט פֿון די ניגונים זענען פֿון דער טראַדיציע. די אַנדערע ניגונים שטאַמען פֿון ליובאַוויטש, טאָלנער, מאָדזשיץ, קאַרלין. דעם טאָלנער ניגון האָט ער זיך אויסגעלערנט אין אַ טאַקסי, פֿאָרנדיק פֿון קיִעוו קיין אומאַן, וווּ עס געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון נחמן בראָסלאָווער.
דאָס פּשטות פֿונעם דועט קלאַרנעט־באַס שאַפֿט אַ דבֿקותדיקע שטימונג, און מע הערט נישט אין „שׂיח השׂדה‟ קיין הוליע־מוזיק. דער חסרון איז, וואָס די שטימונג בלײַבט די זעלבע, און די רעקאָרדירונג וואָלט שווער געווען צו הערן עטלעכע מאָל — סײַדן מע געפֿינט זיך אָפֿט אין אַזאַ מעדיטאַטיוון געמיט.
אינעם „בעל־שם־טובֿ ניגון‟ שפּילט דער באַס די הויפּט־ראָלע, בשעת די אַנדעע אינסטרומענטן אימפּראָוויזירן אַרום דעם ניגון און דער רעזולטאַט קלינגט זייער דזשעזיש. אין „אַגאַדעלטשע‟ פֿון דער מאַראָקאַנער ספֿרדישער טראַדיציע, געשאַפֿן פֿונעם בלינדן רבֿ מרדכי קלפֿון, הערט מען אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער טערקישער און ספֿרדישער מוזיק, און די חסידישע ניגונים.
אינטערעסאַנט וואָס אויפֿן בילד, וואָס ווערט געניצט אויפֿן דעקל פֿונעם קאָמפּאַקטל צו אילוסטרירן „דאָס ליד פֿון די גראָזן‟, זעט מען ברוינע, אײַנגעבראָכענע, פֿאַרוויאַנעטע גראָזן און נישט קיין גרינע, הויכע געזונטע זאַנגען. פֿון דעם ווערט קלאָר דער נישט־געזאָגטער לײטמאָטיוו, אַז דורך דער חסידישער נגינה קענען מיר באַטראַכטן אונדזער קורצע עקזיסטענץ אויף דער וועלט, און קאַסטאָנס קאָמפּאַקטל שאַפֿט די סבֿיבֿה פֿאַר אַזאַ ייִשובֿ־הדעת.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.