בײַ נאַכט, דעם 23סטן מײַ איז געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער מישע לעוו. מע קאָן נישט זאָגן, אַז ס‘איז געשען פּלוצעם. אַ מענטש פֿון 95 יאָר שטאַרבט נישט אומדערוואַרט, בפֿרט אַז די לעצטע האַלב יאָר איז ער שוין געווען שווער קראַנק. מע קאָן אָבער נישט אײַנשטימען מיטן געדאַנק, ווען עס געשעט…
ער האָט זיך נישט אונטערגעגעבן — געקעמפֿט. מע קאָן זאָגן, ביזן לעצטן טראָפּן בלוט, ווי זײַן נאַטור איז געווען. זיך נישט נאָכגעבן די אומשטאַנדן. זיך נישט לאָזן אויף די הפֿקר־כוואַליעס פֿון „ווי עס גייט, זאָל גיין!‟… אַוודאי, זײַנען אויך געווען פֿאַלן אין זײַן לאַנג לעבן, און נישט ווייניק, ווען די הענט פֿלעגן זיך אים אַראָפּלאָזן — אין די קינדער־יאָרן, ווען ער איז שיִער נישט אויסגעגאַנגען פֿאַר הונגער; אין דער „קאָמיוגישער יוגנט‟, ווען מ‘האָט אים אויסגעשלאָסן פֿון דער פֿלישול, ווײַל זײַן פֿאָטער איז אַרעסטירט געוואָרן; אין די ערשטע מלחמה־חדשים, ווען ער, אַ גרינער קורסאַנט פֿון דער פּאָדאָלסקער אַרטילעריע־שול, נאָך די ערשטע אַטאַקעס אונטער מאָסקווע, איינער צווישן די געציילטע לעבן־געבליבענע פֿון די עטלעכע טויזנטער קורסאַנטן, איז אַ פֿאַרוווּנדעטער אַרײַנגעפֿאַלן צו די דײַטשן אין געפֿאַנגענשאַפֿט; צי בײַ די פּאַרטיזאַנער, ווען ער האָט געמוזט אויסבאַהאַלטן זײַן ייִדישקייט, כּדי צו בלײַבן קעמפֿן ווײַטער; אָדער שוין נאָך דער מלחמה, אין יענע שוואַרצע צײַטן, ווען אַלע אַרום, די לערער און פּען־ברידער, האָט מען פֿאַרשפּאַרט אין די טורמעס, פֿאַרשיקט אויף קאַטאָרגיע, און אים געלאָזט אויף דער פֿרײַ. אין יענע עלף יאָר פֿון פֿאַרדינען זײַן ברויט ווי אַ טרעגער, האָט ער זיך געוויס נישט איין מאָל געפּײַניקט מיט דער פֿראַגע — פֿאַר וואָס איז ער דאָ, און זיי זײַנען דאָרט?..
ער האָט פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם טאַלאַנט — צו חבֿרן זיך. צו זײַן אַ חבֿר מיט לײַב־און־לעבן. דער דאָזיקער טאַלאַנט האָט אים געפֿירט איבער די יאָרן און איז אײַנגעוואָרצלט געוואָרן אין זײַן שאַפֿונג. אפֿשר זײַן בעסט בוך הייסט טאַקע אַזוי — „ווען ניט די פֿרײַנט מײַנע‟. אייגנטלעך, האָט אים דווקא די מלחמה געלערנט צו שאַצן פֿרײַנדשאַפֿט און צו דערקענען אַ שׂונא — סײַ אויפֿן שלאַכט־פֿעלד און סײַ אין פֿרידלעכע טעג. די מלחמה צעשפּרייט זיך אויפֿן שטח פֿון זײַן גאַנצער ליטעראַרישער אַרבעט; ער האָט אין איר דערזען נישט בלויז דעם חורבן, נאָר קודם־כּל, די גבֿורה פֿון די „שאָף, וואָס לאָזן זיך פֿירן צו דער שחיטה‟. די גבֿורה פֿון פּאַרטיזאַנען און די אויפֿשטענדלער אינעם טויט־לאַגער סאָביבאָר.
די געטרײַשאַפֿט און פֿרײַנדשאַפֿט צו זײַנע פּען־ברידער האָט מישע לעוו אויפֿריכטיק געשילדערט אין זײַן בוך עסייען „ליטעראַרישע פּאָרטרעטן‟. ער האָט גערעדט שטיל און זײַן שרײַבערישער נוסח מײַדט אויס הויכע, דערהויבענע ווערטער און לויב־געזאַנגען. איך געדענקט נישט, כ‘זאָל געווען זען אים טראָגן זײַנע שלאַכט־מעדאַלן און אָרדנס, וואָס ער האָט ערלעך פֿאַרדינט. סײַדן אויף איין בילד, געמאַכט באַלד נאָך דער מלחמה, גלאַנצט אויפֿן מונדיר די העכסטע סאָלדאַטסקיע באַלוינונג — דער „מעדאַל פֿאַר געוואַגטקייט‟.
ער האָט געאַרבעט ווי לאַנג ס‘האָט אים דערמעגלעכט דאָס געזונט צו זיצן בײַם שרײַבטיש; און די קאַפּיטלעך פֿון זײַן נײַעם בוך „ברענט אַ ליכט אין דעם זכּרון‟, געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟, רײַסן זיך איבער מיט אַ האַלב יאָר צוריק. דעמאָלט, אויף מײַן פֿראַגע: „נו, דער לייענער וואַרט‟, האָט זיך קוים געהערט אינעם טרײַבל זײַן קול: „שוין… נישטאָ קיין כּוח…‟
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.