וואַשינגטאָן. — אַ גרופּע קאָנגרעסלײַט פֿון ביידע פּאַרטייען האָבן פֿאָרגעלייגט אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס זאָל געבן מער פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן.
די לעגיסלאַציע, וואָס מע האָט דינסטיק אַרײַנגעפֿירט אינעם אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַנטן־הויז און דעם אַמעריקאַנער סענאַט, וואָלט צוגערעכנט די לעבן־געבליבענע צו אַ פּריאָריטעט־רשימה פֿאַר סאָיאַלע באַדינונגען, ווי עס ווערט אָנגעוויזן אינעם „געזעץ פֿאַר די עלטערע אַמעריקאַנער‟.
מע וואָלט אָנגעשטעלט אַ מענטש, וואָס זאָל האָבן די אויפֿזיכט פֿאַר די באַדינונגען, אַרײַנגערעכנט כּשרע מאָלצײַטן און בעסערע טראַנספּאָרטאַציע־מיטלען.
„אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וווינען הײַנט בערך 120,000 לעבן־געבליבענע פֿונעם חורבן, און זייער דורכשניטלעכער עלטער איז 80 יאָר,‟ שטייט אין אַן אָפֿיציעלער דערקלערונג פֿון דער רעפּרעענטאַנטין דעבי וואַסערמאַן שולץ (דעמאָקראַט, פֿלאָרידע) און אילעאַנע ראָס־לעטינען (רעפּובליקאַנער, פֿלאָרידע), וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט דעם געזעץ־פּראָיעקט, און אַרבעטן שוין דרײַ יאָר לטובֿת דעם ענין.
די סענאָטאָרן בען קאַרדין (דעמאָקראַט, מערילאַנד) און מאַרק קירט (רעפּובליקאַנער, אילינוי) האָבן אַרײַנגעפֿירט די לעגיסלאַציע אינעם אַמעריקאַנער סענאַט.
די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟, וועלכע האָבן געמוטיקט די קאָנגרעסלײַט צו אַרבעטן אויף דעם געזעץ־פּראָיעקט, האָבן געזאָגט, אַז אַזאַ געזעץ וואָלט גרינגער געמאַכט די לעבן־געבליבענע צו וווינען ווײַטער בײַ זיך, אַנשטאָט מע זאָל זיי איבערפֿירן אין אַ מושבֿ־זקנים.
„אויב מיר דערמעגלעכן די שארית־הפּליטה זיך אויסצולעבן אין זייערע אייגענע וווינונגען, וועלן זיי בלײַבן געזינטער, באַקוועמער און זיכערער, און דערבײַ וועלן זיי אָנהאַלטן זייער ווירדע,‟ האָט דערקלערט וויליאַן דאַראָף, דער דירעקטאָר פֿונעם וואַשינגטאָנער ביוראָ פֿון די „ייִדישע פֿעדעראַציעס פֿון צפֿון־אַמעריקע‟.
צווישן די אַנדערע שטיצער פֿונעם געזעץ־פּראָיעקט: די רעפּרעזענטאַנטן — טעד דויטש (דעמאָקראַט, פֿלאָרידע), בראַד שנײַדער (דעמאָקראַט, אילינוי), דייוו דזשויס (רעפּובליקאַנער, אָהײַאָ) און הענרי וואַקסמאַן (דעמאָקראַט, קאַליפֿאָרניע), און די סענאַטאָרן — באַרבאַראַ מיקולסקי (דעמאָקראַט, מערילאַנד) און ביל נעלסאָן (דעמאָקראַט, פֿלאָרידע).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.