װײַסרוסלאַנד איז הײַנט ניט נאָר „די לעצטע אײראָפּעיִשע דיקטאַטור‟, אָבער אױך אַ נײַער אױפֿקומענדיקער צענטער פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען. די נײַע מאָנאָגראַפֿיע פֿון אָלגאַ סאָבאָלעװסקאַיאַ, װאָס לערנט קולטור־געשיכטע אינעם גראָדנער אוניװערסיטעט, איז אַ װיכטיקער בײַטראָג פֿאַר אַלע פֿאָרשער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע. די מאָנאָגראַפֿיע „דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון ייִדן אין בעלאַרוס פֿונעם סוף 18טן ביזן מיט–19טן יאָרהונדערט‟ נעמט אַרום די ערשטע תּקופֿה פֿון ייִדישן לעבן אונטער דער רוסישער שליטה, פֿון די צעטײלונגען פֿון פּױלן ביזן טױט פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן.
די הײַנטיקע היסטאָריקער האָבן אַ שטאַרקן אינטערעס צום טאָג–טעגלעכן לעבן פֿון פּראָסטע מענטשן. לעצטנס, איז די דאָזיקע שיטה געװאָרן פּאָפּולער אױך אינעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. מען װיל בעסער פֿאַרשטײן דאָס לעבן פֿון „די קלײנע מענטשעלעך‟ אַנשטאָט צו אַנאַליזירן אַבסטראַקטע באַגריפֿן פֿון מאַרקסיסטישער טעאָריע אָדער באַשרײַבן די אױסבילדונג פֿון דער מלוכישער מאַכט. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָדערט אַ סך התמדה אין דער אַרבעט מיט אַרכיװאַלע מקורים, און דאָ איז פּראָפֿעסאָר סאָבאָלעװסקאַיאַ אַ גרױסע בקיאה.
דער ערשטער טײל פֿונעם בוך שילדערט אַ פּרטימדיק בילד פֿון עקאָנאָמישער טעטיקײט פֿון די װײַסרוסישע ייִדן. דאָ געפֿינט מען אַ סך אינטערעסאַנטע פֿאַקטישע ידיעות פֿון די אָרטיקע אַרכיװן, װאָס עד־היום זײַנען ניט געװען באַקאַנט צװישן די ייִדישע היסטאָריקער. אין תּוך גענומען איז סאָבאָלעװסקאַיאַ די ערשטע פֿאָרשערין, װאָס באַהאַנדלט סיסטעמאַטיש און אַרומנעמיק אַלע צדדים פֿון דער ייִדישער עקאָנאָמיע אין װײַסרוסלאַנד.
דאָס װײַטערדיקע קאַפּיטל גיט זיך אָפּ מיטן ענין פֿונעם סאָציאַלן באַשטאַנד פֿון דער ייִדישער קהילה אין די װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך. ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט ניט געהאַט קײן פּאָליטישע רעכט, איז דאָס עפֿנטלעכע לעבן פֿון דער קהילה געװען זײער אַקטיװ. פֿונעם לעגאַלן שטאַנדפּונקט זײַנען די ייִדן געװען פֿרײַע אונטערטאַנער פֿונעם רוסישן צאַר, אָבער זײערע טאָג־טעגלעכע אַקטיװיטעטן זענען געװען קאָנטראָלירט דורך דער קהילה, װאָס איר אָפֿיציעלער סטאַטוס, אין שײַכות צו דער רוסישער מלוכה, איז געװען נעפּלדיק.
סאָבאָלעװסקאַיאַ שילדערט אַ היפּשע צאָל דראַמאַטישע עפּיזאָדן, װאָס אילוסטרירן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען סײַ אין דער ייִדישער סבֿיבֿה און סײַ צװישן די ייִדן און קריסטן. די קהילה האָט אָפּגעהיט די ייִדישע טראַדיציעס, אָבער היסטאָריש האָט זי פֿאַרטײדיקט די עקאָנאָמישע אינטערעסן פֿונעם העכערן שיכט ייִדישער געזעלשאַפֿט: רײַכע סוחרים, פֿראַכטער, פּאָדריאַטשיקעס. די תּקופֿה פֿונעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן (1825 — 1855) איז געװען אַן איבערגאַנג־צײַט צװישן דעם אַלטן פּױלישן פּאָליטישן שטײגער, װען די פּױלישע פּריצים זײַנען געװען גאַנצע באַלעבאַטים אין זײערע מאַיאָנטקעס, און דער מאָדערנער צענטראַליזירטער סיסטעם פֿון דער רוסישער מאַכט. אונטער ניקאָלײַס שליטה האָט די רוסישע מלוכה ניט אָנערקענט דעם ייִדישן קהל װי אַ לעגאַלע אינסטיטוציע, אָבער אײנצײַטיק האָט זי געפֿאָדערט, אַז דער קהל זאָל מחויבֿ זײַן פֿאַר ייִדישע שטײַערן און פֿאַר צושטעלן רעקרוטן צו דער אַרמײ.
סאָבאָלעװסקאַיאַ דערקלערט אױפֿן סמך פֿונעם רײַכן אַרכיוו־מאַטעריאַל, װאָס פֿאַר אַ װירקונג ס׳האָט געהאַט די דאָזיקע פּאָליטיק פֿון דער רוסישער רעגירונג אױף דעם טאָג־טעגלעכן לעבן אין װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך. דער קהל האָט װײַטער געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אינעם ייִדישן לעבן, הגם טײלװײַז איז זײַן טעטיקײט געװאָרן אומלעגאַל. למשל, דער קהל האָט געזאַמלט געלט פֿאַר דער קאָלעקטיװער „קאַסע‟, אַ מין כּלל־פֿאָנד פֿאַר פֿאַרשידענע געזעלשאַפֿטלעכע נוצן. די רעגירונג האָט דאָס געפּרוּװט פֿאַרװערן, װײַל זי האָט חושד געװען די ייִדן אין אַ געהײמער שעדלעכער טעטיקײט קעגן דער רוסישער מאַכט און דעם קריסטלעכן גלױבן.
שױן צום סוף פֿון דער פּױלישער תּקופֿה זײַנען דאָס רובֿ ייִדישע קהילות געװען אין אַ שװערער פֿינאַנציעלער לאַגע צוליב די חובֿות פֿאַר די ניט־באַצאָלטע שטײַערן. זײער מצבֿ איז געװאָרן נאָך ערגער, װען די רוסישע רעגירונג האָט דערלױבט די רײַכע סוחרים צו צאָלן זײערע שטײַערן דירעקט דער מלוכה. אַזױ אַרום האָבן די קהילות פֿאַרלױרן זײערע רײַכסטע מיטגלידער. אָבער די אָרעמע ייִדן האָבן ניט געהאַט קײן ברירה און האָבן געמוזט בלײַבן אין דער קהילה, װאָס האָט געפֿאָדערט פֿון זײ אַלץ מער געלט. דאָס האָט אַוועקגעטריבן די אָרעמע ייִדן פֿון די שטעטלעך אין דערפֿער, װוּ זײ זײַנען געװאָרן „ייִשובֿניקעס‟. די רעגירונג אָבער האָט דאָס ניט דערלױבט און זיי פֿון די דערפֿער אַרױסגעטריּבן.
אַזױ אַרום האָט די מלוכישע פּאָליטיק געהאַט צװײ װיכטיקע פּועל־יוצאס פֿאַרן ייִדישן כּלל. פֿון אײן זײַט, האָט די מלוכה דערמוטיקט רײַכע ייִדן צו פֿאַרלאָזן די קהילה און צו פֿאַרשרײַבן זיך אינעם סוחרישן שטאַנד. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מען געשטופּט אָרעמע ייִדן, און בפֿרט די „ייִשובֿניקעס‟, צוריק אין די שטעטלעך, װוּ זײ האָבן ניט געהאַט גענוג פּרנסה און דערצו נאָך געמוזט צאָלן העכערע שטײַערן אי פֿאַר דער מלוכה, אי פֿאַרן קהל. װי עס באַװײַזט סאָבאָלעװסקאַיאַ, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון װײַסרוסלאַנד געװאָרן שטאַרק פֿאַראָרעמט אין משך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. און דװקא דאָס איז געװאָרן די הױפּט־סיבה פֿון דער עמיגראַציע נאָך די 1880ער יאָרן.
מעטאָדאָלאָגיש איז סאָבאָלעװסקאַיאַ ממשיך די טראַדיציע פֿון דער רוסיש־ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע פֿון שמעון דובנאָװ, פּסח מאַרעק, שאול גינזבורג. זי שעפּט רײַכע פֿאַקטאָלאָגישע מאַטעריאַלן פֿון די אָרטיקע אַרכיװן און פֿון זכרונות, װאָס זײַנען צוטריטלעך אױף רוסיש. עס איז אַ ביסל איראָניש, װאָס דװקא די סאָװעטישע װײַסרוסישע װיסנשאַפֿטלעכע טראַדיציע פֿון מינסקער אַקאַדעמישן צענטער פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן האָט כּמעט ניט געפֿונען קײן אָפּקלאַנג אין איר אַרבעט; מסתּמא צוליב דער דאָגמאַטישער מאַרקסיסטישער שאָלעכץ, װאָס פֿאַרדעקט דעם ניצלעכן קערן. אָבער װי עס זאָל ניט זײַן, איז װײַסרוסלאַנד װידער געװאָרן אַ יש אױף דער מאַפּע פֿון ייִדישער װיסנשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.