אויף דעם מאָסקווער טעלעוויזיע-קאַנאַל „ער-טע-ער‟ איז דאָ אַ פּראָגראַם, וואָס הייסט „דועל‟ אָדער „צווייקאַמף‟ („פּאָיעדינאָק‟ אויף רוסיש). דער 50־יאָריקער מענטש, וואָס פֿירט זי זינט סעפּטעמבער 2010, הייסט וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און איז אַ ייִד (זײַן פֿאָטער האָט געטראָגן אַן אַנדער משפּחה-נאָמען, מענינסקאָווסקי, אָבער האָט עס שפּעטער געביטן אויף סאָלאָוויאָוו). סאָלאָוויאָווס רעפּוטאַציע איז, ווי איך פֿאַרשטיי, ניט פֿון די בעסטע, לכל-הפּחות אין די אַנטי-פּוטינישע קרײַזן. אָבער קיין נאַר איז ער ניט, און ער סטאַרעט זיך ווײַזן, אַז ער געהערט ניט צו די „הוראַ-פּאַטריאָטן‟. מע מוז דאָ צוגעבן, אַז פֿון זײַן ייִדישקייט מאַכט ער ניט קיין סוד, בפֿרט נאָך, אַז אין הײַנטיקן רוסלאַנד איז אַרויס פֿון דער מאָדע צו באַהאַלטן אַזעלכע זאַכן.
דעם לעצטן „דועל‟ האָב איך די טעג געזען אין אינטערנעץ — מיך האָט פֿאַראינטערעסירט די טעמע, ווײַל זי האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל. דאָ דאַרף איך פֿאָרשטעלן נאָך איין מענטשן, אויך אַ ייִדן, דעם 63־יאָריקן לעאָניד גאָזמאַן. ער איז אַ וועטעראַן פֿון די קרײַזן, וועלכע מע רופֿט אין רוסלאַנד, אָפֿט מאָל מיט ביטול, „ליבעראַלע‟. די דאָזיקע קרײַזן האָבן זיך קאָנסאָלידירט בימי באָריס יעלצין, דאָס הייסט, אין דעם ערשטן נאָך-סאָוועטישן יאָרצענדליק. אין פּוטינס צײַטן זײַנען זיי, בדרך-כּלל, אַריבער אין דער צעפּיצלטער אָפּאָזיציע. גאָזמאַן איז אַ גאַנץ אָנגעזעענע פֿיגור אין אָט דער סבֿיבֿה, כאָטש מיר (ווײַל איך בין ניט קיין מומחה אין די זאַכן) איז שווער צו זאָגן, ווער עס האַלט אים אונטער און וועמען ער האַלט אונטער.
איך קען יאָ זאָגן, אַז איך פּערזענלעך וואָלט אים קיין מאָל ניט אונטערגעהאַלטן. יעדעס מאָל, ווען איך הער גאָזמאַנען רעדן, שאַפֿט זיך בײַ מיר אַן אײַנדרוק, אַז קיין גרויסער חכם איז ער ניט. יעדנפֿאַלס, שנײַדט ער זיך ניט אויף קיין קלוגן פּאָליטיקער. דאָס הייסט גאָר ניט, אַז ער איז ניט קיין קאָמפּעטענטער מענטש. אָבער ער קריכט אַלע מאָל אַרײַן אין אַזעלכע ענינים, וועגן וועלכע ס’איז בעסער צו מאַכן אַ שווײַג. דאָס הייסט, אַז זשורנאַליסטן קענען און מוזן רעדן וועגן אַזעלכע זאַכן, אָבער פֿאַר אַ פּאָליטיקער איז עס אָסור.
אַ דוגמא וועל איך ברענגען פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן. ס’איז דאָך קלאָר, אַז ווען דער פּרעזידענט אָדער אַן אַנדער פּאָליטיקער זאָגן „גאָד בלעס יו‟, קלינגט עס (און ניט בלויז אין מײַנע אויערן) ווילד. פֿאַר וואָס מוז איך באַקומען אַ ברכה, וואָס זאָגט מיר צו גוטסקייט מצד אַ גאָט, וועלכער האָט קיין שום שײַכות ניט צו מיר — אַ ייִדן, דערצו אַ וועלטלעכער? שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס די רייד גייט וועגן אַ לאַנד, וווּ די רעליגיע איז אָפּגעטיילט פֿון דער מלוכה; אָבער צי קען אַ פּאָליטיקער רעדן הײַנט וועגן אָפּשאַפֿן די טבֿע צו מאַכן אַזעלכע ברכות? אַוודאי ניט. דערצו בײַט עס גאָרנישט. זײַנען פֿאַראַן אַ סך וויכטיקערע פֿראַגן.
גאָזמאַן, אָבער, קלײַבט תּמיד אויס פֿראַגן פֿון אָט אַזאַ מין. לעצטנס, האָט ער זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף די מיליטערישע פּאַראַדן, וואָס מע פֿירט דורך אין מאָסקווע, אויפֿן „רויטן פּלאַץ‟ דעם 9טן מײַ, אין דעם נצחון-טאָג. נו, גוט. מיר געפֿעלן אויך ניט די דאָזיקע פּאַראַדן. נאָך מער: איך האָב פֿײַנד אַלע פּאַראַדן. צי איז עס אָבער אַ וויכטיקער ענין פֿאַר דער איצטיקער רוסישער פּאָליטיק? און דווקא איצט, ווען אַלע ווייסן שוין, אַז די סאָוועטישע הענקער פֿון סטאַלינס תּקופֿה זײַנען געווען ניט בעסער פֿון די דײַטשישע עס-עס-לײַט? דאָס זײַנען דערווײַל טעמעס פֿאַר די היסטאָריקער און זשורנאַליסטן. די באַפֿעלקערונג נעמט עס אויף זייער בייז, בפֿרט ווען אַזעלכע זאַכן זאָגט אַ ווייניק כאַריזמאַטישער יחיד מיט אַ ייִדישן נאָמען און אַ ייִדיש פּנים. אַ קלוגער פּאָליטיקער וואָלט גערעדט וועגן מער אָנגעווייטיקטע (פֿאַר דער באַפֿעלקערונג) פּראָבלעמען, אָדער גערעדט וועגן זיי אָן דעם דורכפֿירן פּאַראַלעלן מיט די נאַציס. און וועגן די דאָזיקע פּאַראַלעלן קען מען זיך אַמפּערן; זיי זײַנען היסטאָריש ניט אין גאַנצן „פּאַראַלעל‟.
די גאַנצע מעשׂה האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויפֿגערודערט די געפֿילן פֿון די אַנטיסעמיטישע באַשעפֿענישן. איינע פֿון זיי, אוליאַנאַ סקאָביידאַ, איז אַ זשורנאַליסטקע פֿון דער מאָסקווער צײַטונג „קאָמסאָמאָלסקאַיאַ פּראַוודאַ‟. אַ מאָל איז עס געווען די הויפּט-אויסגאַבע פֿון קאָמסאָמאָל, דער פֿאַראיין פֿון יונגע קאָמוניסטן. איצט איז עס אַ געלע צײַטונג, מיט אַ גרויסן טיראַזש, אויך אין אויסלאַנד. איך זע, למשל, ווי ייִדן צעכאַפּן זי אין ברײַטאָן-ביטש. האָט די דאָזיקע אוליאַנאַ סקאָביידאַ אָנגעשריבן אין דעם עלעקטראָנישן נוסח פֿון דער צײַטונג אַזוי: „עס פֿאַרדריסט צומאָל, וואָס די נאַציס האָבן פֿון די אָבֿות פֿון הײַנטיקע ליבעראַלן ניט געמאַכט קיין אַבאַזשורן — מיר וואָלטן איצט געהאַט ווייניקער פּראָבלעמען‟.
אָט אַזוי — פּראָסט און פּשוט.
מיינט איר, אַז מע האָט זי באַזײַטיקט פֿון דער אַרבעט? חס-וחליחה. מיינט איר, אַז לעאָניד גאָזמאַן האָט אָנגעגעבן אויף איר אין געריכט? אַוודאי ניט. אַנשטאָט דעם איז ער אַרויס אויף אַ טעלעוויזיע-דועל מיטן קינאָ-רעזשיסאָר ניקיטאַ מיכאַלקאָוו, וואָס איז אַ טאַלאַנטירטער מענטש, אָבער עס ווייעט פֿון אים מיט דער אַמאָליקער רוסישער „שוואַרצער-מאה‟. אַרויס איז גאָזמאַן — און האָט פֿאַרשפּילט. איך וואָלט אַפֿילו געזאָגט: אַרויס — און זיך באַנאַרישט. עס איז שווער צו האָבן דרך-ארץ פֿאַר אַ ייִדן און פֿאַר אַ פּאָליטיקער (מישטיינס געזאָגט), וואָס שלינגט אַראָפּ אַזעלכע אַבאַזשורן.
אַגבֿ, וועגן די אַבאַזשורן האָט ער בעתן דועל דערמאָנט נאָר ווען סאָלאָוויאָוו האָט אַליין פֿאַרפֿירט די רייד מכּוח דער אוליאַנאַ סקאָביידאַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.