מיטוואָך, דעם 22סטן מײַ, בײַ נאַכט, איז געשטאָרבן אין ירושלים דער ייִדישער מחבר, זשורנאַליסט, קונסט־ און מוזיק־קריטיקער עקיבֿה פֿישבין. ער איז אַלט געווען 96. לאַנגע יאָרן האָט ער געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟ וועגן קונסט און מוזיק, און מיט זײַן טיפֿן פֿאַרשטאַנד פֿון קונסט האָט ער געמאַכט אַ גרויסן רושם אויפֿן לייענער. אונדזער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער מרדכי דונעץ האָט איבערגעגעבן, אַז פֿישבין האָט אין זײַנע לעקציעס פֿאַר דער ירושלימער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט‟ געהאַט דעם זעלטענעם טאַלאַנט צו געבן צו פֿאַרשטיין זייער קאָמפּליצירטע ענינים פֿאַר אַ ברייטערן עולם. „זײַנע אויפֿטריטן ווערן פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָרשטעלונג, אַ דאַנק זײַן אויסזען, וואַס פּאַסט זיך אַרײַן אין טעאַטראַלע ראַמען, און זײַן נאַטירלעכן אַרטיסטיזם‟, האָט דוניץ וועגן אים געשריבן אין „פֿאָרווערטס‟. אדם גרוזמאַן, אונדזער ראַדיאָ-קאָרעספּאָנדענט, האָט באַטאָנט, אַז „דער ייִד איז געווען אַ גרויסער קענער. אַרומצוגיין מיט אים אין די מוזייען איז געווען אַ זעלטן פֿאַרגעניגן‟.
עקיבֿה פֿישבין איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע און זיך געלערנט אין אַ קאָנסערוואַטאָריע; ער האָט גשפּילט פֿידל און פּיאַנע, און געפֿאָרשט חזנות און די געשיכטע פֿון ייִדישער און אייראָפּעיִשער מוזיק. אין די 1930ער יאָרן איז ער געפֿאָרן קיין פּאַריז. ער האָט דעמאָלט שטודירט כעמיע אין דער שטאָט קאַען, און ווען ער איז צוריקגעפֿאָרן צו זען זײַנע טאַטע־מאַמע איז די מלחמה אויסגעבראָכן. בעתן חורבן איז ער אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד, און האָט דאָרטן זיך געטראָפֿן מיט זײַן פֿרוי און מיט איר חתונה געהאַט. אין 1948 איז ער צוריקגעקומען קיין פּאַריז, וווּ ער האָט אָנגעהויבן זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע. ביז די 1990ער יאָרן האָט פֿישבין געוווינט אין פּאַריז און דערנאָך עולה געווען קיין ישׂראל.
פֿישבין האָט געדרוקט אַרטיקלען וועגן קונסט און מוזיק אין „ייִדישע קולטור‟, „דרום־אַפֿריקע‟, „צוקונפֿט‟, חשבון‟, „לעבנס־פֿראַגן‟ „פֿאָרווערטס‟, צווישן אַנדערע זשורנאַלן. זײַן בוך „אַ ייִדישער בליק אויף בעטהאָווען‟ איז אַרויס אין פּאַריז אין 1984. דאָס איז נישט קיין וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג, נאָר „אַ מין פּערזענלעכע רעפֿלעקסיע, באַהאַנדלט אויף אַ פּאָפּולערן אופֿן‟. אין דעם ווערק האָט ער אַרויסגעהויבן די ייִדישע מאָמענטן אין בעטהאָווענס לעבן, זײַנע באַקאַנטשאַפֿטן מיט ייִדן, און אפֿשר די השפּעה פֿון ייִדן אויף זײַן קונסט.
זײַן בוך „אין די טריט פֿון קינסטלער: מוזיקער און פּלאַסטיקער‟ איז דערשינען אין 1992 אין ירושלים, און נעמט אַרײַן פּראָפֿילן פֿון ייִדישע און נישט־ייִדישע קינסטלער — למשל, וואַגנער, מאָצאַרט, אָפֿענבאַך — אָבער תּמיד מיט אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו. פֿישבינס פֿרוי און טאָכטער זענען פֿריִער געהאַט געשטאָרבן; ער האָט פֿאַראָבֿלט זײַנע אייניקלעך.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.