דעם באַגריף ייִדישקייט פֿאַרטײַטשט מען הײַנט אויף צוויי היפּוכדיקע אופֿנים: די פֿרומע ייִדן מיינען דערמיט זייער פֿרומקייט, די מסורה, די רעליגיע; בשעת די וועלטלעכע ייִדן האַלטן פֿאַרקערט, אַז דאָס וואָרט באַצייכנט זייער עטנישע ייִדישע קולטור, דער עיקר, אויף ייִדיש, וואָס נעמט ניט דווקא (אָדער דווקא ניט!) אַרײַן די רעליגיע. פֿאַרן דאָזיקן פּלאָנטער האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דעם באַוווּסטן לינקן היסטאָריקער אוירווינג האַו, וואָס האָט פֿאַרשפּרייט דעם וועלטלעכן באַגריף Yiddishkeit אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט. ביז דעמאָלט האָבן די וועלטלעכע ייִדן זיך אָפֿטער באַניצט מיטן באַגריף “ייִדישע קולטור”, ווײַל דאָס וואָרט ייִדישקייט האָט נאָך געשמעקט מיט ציצית און שרײַמלעך.
די פּראָבלעמאַטישע דעפֿיניציע פֿון ייִדישקייט איז פֿאַר אַלעמען נוגע די אָרגאַניזאַציע וועלכע הייסט אַליין “ייִדישקייט”, און וואָס איז זינט 1995 געוואָרן דער הויפּט־אַדרעס פֿאַר ייִדיש אין לאָס־אַנדזשעלעס. בשעת די וועלטלעכקייט און לינקישקייט פֿון די ניו־יאָרקער ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס איז מיט דער צײַט געוואָרן אַלץ מער וואַסערדיק, ווײַל אַ סך קינדער פֿון די אַמאָליקע בונדיסטן און קאָמוניסטן האָבן תּשובֿה געטאָן און זײַנען געוואָרן רעליגיעזע טראַדיציאָנאַליסטן און ציוניסטן — געהערט “ייִדישקייט” נאָך אַלץ צום וועלטלעכן סעקטאָר. דאָס דערמעגלעכט זיי, פֿון איין זײַט, אַ געוויסע פֿרײַהייט אָפֿן אויסצודריקן זייערע מיינונגען, אָבער, פֿון דער אַנדערער זײַט, שטעלט עס זיי מחוץ־למחנה פֿונעם אָרגאַניזירטן ייִדישן לעבן.
אויפֿן “ייִדישקייט”־וועבזײַטל דריקט אויס דער דירעקטאָר ראָבערט פּעקעראַר זײַן פֿרוסטרירטקייט מיט די קהילות און ייִדישע פֿונדאַציעס, וואָס גיבן ניט קיין גראָשן פֿאַר די פּראָגראַמען, וואָס האָבן ניט צו טאָן דווקא מיט ישׂראל אָדער מיט רעליגיע. למשל, ניט פֿאַרן נײַעם “העליקס־פּראָיעקט” זײַנעם, וואָס ברענגט די סטודענטן קיין מיזרח־אייראָפּע, כּדי זיי זאָלן זיך דאָרט באַקענען מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור און פֿאַרגאַנגענהייט אויף אַן אינטימען אופֿן. דערבײַ לייגט ער דעם טראָפּ אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן לעבן, ניט אויפֿן אומקום, ווי עס טוען אַ סך ענלעכע פּראָגראַמען, וואָס שיקן די אַמעריקאַנער ייִדישע יונגע־לײַט צו באַזוכן נאָר די טויטן־לאַגער אין פּוילן, איידער מע ברענגט זיי מיט גרויס פּאַראַד “אַהיים” קיין מדינת־ישׂראל. אַפֿילו די אָרגאַניזאַציעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט חורבן־דערציִונג, שרײַבט פּעקעראַר, שטיצן ניט זײַן פּראָגראַם, ווײַל זי נעמט ניט אַרײַן “גענוג טויט”. איין סובסידיע האָט “ייִדישקייט” כּמעט באַקומען, ביז פּעקעראַר איז ניט גרייט געווען צו דערקלערן, אַז זײַן פּראָגראַם וועט אויסשליסן ניט־ייִדן.
אַ סך ייִדיש־טוער וועלן מיטפֿילן פּעקעראַרן אין זײַן שווערער עובֿדה, אַרויסצוקריגן פֿון די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אַ פּאָר דאָלאַר פֿאַר מאַמע־לשון. בשעת אַזאַ פּראָגראַם ווי “געבורטרעכט” צעטרענצלט צענדליקער מיליאָנען, כּדי פֿיל טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדישע יוגנטלעכע זאָלן קענען זיך באַקענען (אויף אַן אינטימען אופֿן) מיט מדינת־ישׂראל, קען דער “העליקס־פּראָיעקט” ברענגען נאָר 12 סטודענטן קיין מיזרח־אייראָפּע. און ווער ווייסט, צי דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט געווינען דערפֿון, אויב די 12 וועלן זיך פֿאַרליבן און צווישן זיי וועלן, חלילה, אויך זײַן גויים?
אָבער ניט אַלע ייִדיש־ליבהאָבער סימפּאַטיזירן מיט פּעקעראַר, ווײַל אין זײַנע טענות הערט זיך אַ בפֿירושער אַנטי־ציוניסטישער אונטערטאָן. שבֿע כּהן, למשל, אַ קאָרעספּאָנדענטין פֿון “פֿאָרווערטס”, וואָס האָט עולה געווען קיין ישׂראל מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, האָט געשריבן וועגן “ייִדישקייט”, אַז זי “וואָלט קיין מאָל נישט געגעבן אַזאַ אָרגאַניזאַציע קיין פּרוטה”. זי ווײַזט אָן אויף אַזאַ זאַץ פּעקעראַרס: “מיר האָבן באַקומען אַ סך בייזע בליצבריוו, וווּ מע פֿאָדערט, אַז מיר זאָלן דערקלערן, פֿאַר וואָס ברענגען מיר די סטודענטן ‘אין דעם לאַנד פֿון די מערדער’, און מע לייגט פֿאָר — אָן קיין טראָפּן איראָניע — אַז מיר זאָלן בעסער ברענגען די סטודענטן צו אַן אָרט, וואָס איז ‘שטענדיק געווען אין צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן, ישׂראל’”. זי באַמערקט, אַז ברענגען סטודענטן קיין ישׂראל, קען זײַן “איראָניש” נאָר, אויב מע שטעלט ישׂראל אין דער זעלבער ריי מיטן “לאַנד פֿון די מערדער”.
וועלנדיק אויפֿקלערן דעם ענין, האָב איך אָנגעקלונגען אין “ייִדישקייט” און געפֿירט אַ לענגערן שמועס מיט פּעקעראַר. פֿאַר מיר, וואָס איך ווייס אַליין ניט אין וואָס איך גלייב, איז געווען גאָר אינטערעסאַנט צו רעדן מיט עמעצן מיט אַזאַ פֿעסטער ייִדישיסטישער וויזיע, ווי ער וואָלט נאָך געלעבט אין פּוילן צווישן ביידע וועלט־מלחמות. דער ייִדישיזם און דער סאָציאַליזם זײַנען טאַקע אונטערגעגאַנגען, האָט ער מודה געווען, אָבער דאָס וואָס איין צד האָט פֿאַרשפּילט, הייסט גאָר ניט, אַז ער איז ניט גערעכט.
פּעקעראַר שטעלט זיך, דער עיקר, קעגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַליזם. ייִדיש און ייִדישע קולטור, זאָגט ער, זײַנען פֿאַר אַלעמען: ייִדן, ניט־ייִדן, נישטאָ קיין חילוק. מע דאַרף באַנעמען ייִדיש ניט ווי אַן ענגע, קלײַזלדיקע אָדער נאַציאָנאַלע זאַך, נאָר ווי אַ טייל פֿון דער גרויסער מולטי־קולטורעלער געזעלשאַפֿט, אין וועלכער די ייִדן לעבן און האָבן שטענדיק געלעבט. ער זעט דאָס פּאָזיטיווע אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע, וווּ ייִדיש איז אַ סימבאָל, ווי אַ לינגוויסטישע פֿאַרקערפּערונג פֿון טויזנט יאָר ייִדיש־קריסטלעכן צוזאַמענלעבן. פּעקעראַר פֿאַררופֿט זיך אויפֿן באַרימטן היסטאָריקער שלום באַראָן, וואָס האָט אין צענדליקער ביכער געוויזן ווי די ייִדישע און ניט־ייִדישע ציוויליזאַציעס האָבן זיך קעגנזײַטיק משפּיִע געווען און באַפֿרוכפּערט. באַראָן האָט זיך געשטעלט קעגן דעם היסטאָרישן מיטאָס פֿון שטענדיקע ייִדישע ליידן אין גלות, וואָס איז אַ פֿעסטער זײַל פֿונעם ציוניסטישן וועלטבאַנעם. פּעקעראַרס פּראָגראַם ווײַזט דעם היפּוך — אַז ייִדן און ניט־ייִדן האָבן (מערסטנס) געלעבט בשלום אין מיזרח־אייראָפּע און צוזאַמען געשאַפֿן אַ רײַכע קולטור, וואָס די אַמעריקאַנער ייִדן קענען זיך נאָך אַלץ זייער פֿיל אָפּלערנען פֿון איר.
פֿאַר וואָס גיבן די ייִדישע פֿונדאַציעס ניט קיין געלט פֿאַר “ייִדישקייט”? ווײַל זיי מעסטן די הצלחה פֿון אַזעלכע פּראָגראַמען לויט די קריטעריעס, וואָס פּאַסן אין גאַנצן ניט פֿאַר אַ דערציִונג־פּראָגראַם פֿאַר וועלטלעכער ייִדישער קולטור: נאָך דעם ווי די אַמעריקאַנער יונגע־לײַט האָבן אָנטיילגענומען אין דער פּראָגראַם, וויפֿל פֿון זיי גיין אין שול אַרײַן דאַווענען? ווי מער מיצוות טוען זיי טאָג־טעגלעך? ווי ווייניקער געמישטע חתונות האָבן זיי? ווי אָפֿטער באַזוכן זיי מדינת־ישׂראל? אַזעלכע קריטעריעס שטימען מיטן רעליגיעזן־ציוניסטישן באַגריף פֿון ייִדישקייט, אָבער זיי קענען ניט מעסטן די הצלחה פֿונעם “העליקס־פּראָיעקט”.
ניט געקוקט אויף דעם, האָב איך אים ווײַטער געפֿרעגט, פֿאַר וואָס איז נייטיק צו פּראָוואָצירן די ציוניסטן אין אונדזערע רייען, אַזוי ווי כּהן? קיין גרויסער ציוניסט דאַרף ער ניט זײַן, אָבער אין אונדזער קליינער ייִדיש־וועלט, כאָטש פֿון שלום־בית וועגן, איז אפֿשר ניט בעסער צו שווײַגן? און אַז ער וואָלט אײַנגעהאַלטן זײַן קריטיק פֿון ישׂראל, וואָלטן די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, די קהילות און פֿעדעראַציעס און פֿונדאַציעס, כאָטש אַ ביסל יאָ געשטיצט “ייִדישקייט”? דאָס וואָלט געווען גוט פֿאַר “ייִדישקייט” און גוט פֿאַר ייִדיש גופֿא.
פּעקעראַר האָט געענטפֿערט קאַטעגאָריש — ניין. די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן קיין מאָל נישט געשטיצט ייִדיש אין לאָס־אַנדזשעלעס, און ס׳איז דאָ ווייניק האָפֿענונג, אַז דער מצבֿ וועט זיך ווען ניט איז בײַטן. אַפֿילו דער ביכער־צענטער אין אַמהערסט האָט יאָרן לאַנג געדאַרפֿט לעבן פֿון יחידישע געלטגעבער. די בעסטע מעגלעכקייט פֿאַר “ייִדישקייט” איז די זעלבע: צו ווערן געשטיצט פֿון די איבערגעגעבענע יחידים.
עס קען זײַן, אַז כּדי צוציִען אַזעלכע אידעאָלאָגישע געלטגעבער, שאַדט ניט צו פּראָוואָצירן די ציוניסטן. “ייִדישקייט” דאַרף זיך אַוועקשטעלן מיט אַן אייגענעם פּראָפֿיל, ווי עפּעס אַנדערש פֿון די אַלע אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זײַנען דורכויס ציוניסטיש און רעליגיעז. אַ ביסל קאָנטראָווערסיע, דאַכט זיך, וואָלט אפֿשר געהאָלפֿן אין דעם. ווי איך פֿאַרשטיי דעם ענין, איז דער אַנטי־ציוניזם, צום טייל, בלויז אַן אָנשטעל און מײַנע ציוניסטישע חבֿרים זאָלן ניט האָבן קיין פֿאַראיבל פֿון דעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.