סענעגאַל. — דוגוטיגאָ פֿאַדיגאַ וועט פֿאַרבעטן זײַנע געסט אין זײַן הויז מיט אַן ערדענער פּאָדלעקע, באַקענען זיי מיט זײַנע דרײַ ווײַבער און געבן די געסט צו פֿאַרזוכן זייערע מאכלים. ער וויל אָבער נישט דערלאָזן פֿרעמדע מענטשן זיך צו דערנענטערן צום פֿאַרהייליקטן בוים, וועלכער שטייט, ווי ער האָט דערקלערט, אויף אַ הייליק אָרט אינמיטן זײַן דאָרף, טיף אין דער ווילדער סענעגאַלער סאַוואַנע. פֿאַטיגאַ, וועלכער פֿירט אָן מיטן ייִשובֿ פֿון 4,000 נפֿשות, האָט דערקלערט, אַז זייער ייִדישער אורזיידע מיטן נאָמען יעקבֿ האָט פֿאַרפֿלאַנצט דעם דאָזיקן בוים, ווען ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין סענעגאַל מיט טויזנט יאָר צוריק.
דער בוים, פֿונעם מין לוש-קאַפּאָק, שטעקט אַרויס איבער די קוסטן אויפֿן ראַנד פֿונעם אָרט, וווּ עס וווינט דער שבֿט „בני־ישׂראל‟, אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון סענעגאַל, לעבן דער גרענעץ פֿון מאַלי. אַלע אײַנוווינער פֿונעם שבֿט זענען מוסולמענער, אָבער זיי רופֿט זיך אָן מיט אַ ייִדישן נאָמען און זאָגן, אַז זיי שטאַמען פֿון צוויי גרויסע משפּחות — סילאַ און דראַמע — וועלכע שטאַמען פֿון די עגיפּטישע ייִדן.
פֿאַדיגאַ האָט געזאָגט, אַז זיי זענען גלייביקע מוסולמענער און ווילן נישט ווערן ייִדן. ער האָט צוגעגעבן, אַז זײַן שבֿט האָט נישט ליב צו רעדן צופֿיל וועגן זייער ייִדישן אָפּשטאַם; קיין סוד איז אָבער נישט, אַז לויט זייער משפּחה-לעגענדעס, זענען זייערע אָבֿות אָנגעקומען פֿון עגיפּטן קיין סאָמאַליע און דערנאָך — קיין ניגעריע, וווּ זיי האָבן זיך צעטיילט אויף צוויי קלאַנען. איין צווײַג פֿון דער משפּחה האָט זיך געלאָזט קיין מאַלי, אַ צווייטער — קיין גווינעע, און דער דריטער איז געבליבן אין סענעגאַל במשך פֿון אַ טויזנט יאָר.
ס׳איז שווער צו באַשטעטיקן, צי די דאָזיקע לעגענדע איז טאַקע אמת. ייִדן האָבן געוווינט אין מערבֿ-אַפֿריקע לכל-הפּחות פֿונעם 14טן יאָרהונדערט, ווען אַ צאָל ייִדישע סוחרים האָבן געעפֿנט אַ קראָם אין טימבוקטו, אינעם מערבֿדיקן טייל פֿון מאַלי. נאָכן גירוש-ספֿרד, האָבן אַ טייל פֿאַרטריבענע ספֿרדישע ייִדן אָנגעקומען אינעם דאָזיקן ראַיאָן אינעם 15־16טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זיך דאָרטן באַזעצט אויך אַ צאָל ייִדן פֿון מאַראָקאָ.
גדעון בכר, דער געוועזענער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין סענעגאַל, האָט איבערגעגעבן, אַז ייִדן האָבן תּמיד געוווינט אינעם דאָזיקן ראַיאָן פֿון אַפֿריקע ביזן יאָר 1943, ווען די לעצטע ייִדישע קהילה אין גווינעע-ביסאַו, אויף דרום פֿון סענעגאַל, איז צעשטערט געוואָרן דורך דעם פּראָ־פֿאַשיסטישן פּאָרטוגאַלישן דיקטאַטאָר אַנטאָניאָ דע אָליוויעראַ סאַלאַזאַר.
בכר, איינער פֿון די איינציקע מערבֿדיקע באַזוכער פֿונעם שבֿט „בני-ישׂראל‟, גלייבט, אַז פֿאַרשיידענע סימנים פֿון פֿאַרבינדונגען מיט ייִדן זענען נאָך געבליבן אין דער געגנט. די מערבֿ-אַפֿריקאַנער מוזיקאַנטן באַצירן זייערע „קאָרעס‟, טראַדיציאָנעלע האַרפֿן מיט 21 סטרונעס, מיט מגן-דודן און אַנדערע ייִדישע סימבאָלן. געוויסע ווערטער אין וואָלאָף, אַ פֿאַרשפּרייטע שפּראַך אין סענעגאַל, קלינגען נענטער צו העברעיִש, אין פֿאַרגלײַך מיט אַראַביש. למשל, אַ חכם ווערט אָנגערופֿן „כאַכאַם‟.
דער שבֿט „בני-ישׂראל‟ איז געשטימט קעגן געמישטע חתונות — אַן אַנדער סימן פֿון זייער ייִדישן אָפּשטאַם. בכר גלייבט, אַז זייער לעגענדע וועגן דעם ייִדישן אָפּשטאַם איז באַגרינדעט אויף רעאַלע פֿאַקטן, ווײַל זיי וואָלט נישט געהאַט קיין סיבה זי אויסצוטראַכטן. זיי האַלטן זיך נישט פֿאַר ייִדן און קלײַבן זיך נישט עמיגרירן קיין ישׂראל. אַדרבה, זייער ייִדישער אָפּשטאַם קאָן זיי פֿאַרשאַפֿן פּראָבלעמען; אַ טייל אײַנוווינער פֿונעם דאָרף האָבן געביטן זייערע נעמען אינעם פּאַספּאָרט, כּדי מע זאָל בײַ זיי נישט פֿרעגן קיין קשיות בײַ דער סאַודישער גרענעץ אויפֿן וועג קיין מעקע.
נישט אַלע סענעגאַלער גלייבן אין דער לעגענדע פֿון „בני-ישׂראל‟. אַבדול־קאַדער טאַסלימאַנקאַ, אַ שרײַבער, וועלכער האָט מיט אַ יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן דעם שבֿט, האַלט, אַז זייער נאָמען שטאַמט פֿונעם פּרק אינעם קאָראַן, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן ייִדן, און האָט גאָרנישט צו טאָן מיט זייערע משפּחה-וואָרצלען. געוויסע אייגנשאַפֿטן פֿון זייער דיאַלעקט ווײַזן אָבער אָן, אַז דער שבֿט איז טאַקע געקומען פֿון ניגעריע, ווי פֿאַדיגאַ האָט דערציילט.
אין זײַן דאָרף, איז ער באַקאַנט ווי אַ מאַראַבו — אַ שאַמאַן אָדער זנאַכער. סאַמבאַ דראָפּ, אַ 40־יאָריקער תּושבֿ, האָט געזאָגט, אַז פֿאַדיגאַ פֿאַרמאָגט אַ גײַסטיקן כּוח, מיט וועלכן ער קאָן אויסהיילן אַ מענטש, געביסן פֿון אַ שלאַנג צי אַ עקדעש. אין אַזעלכע פֿאַלן, האָט צוגעגעבן דראָפּ, וועט די שלאַנג פּגרן.
אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע דערפֿער אין דער געגנט, וווּ די תּושבֿים בויען ליימענע הײַזקעס, וווינען די „בני-ישׂראל‟ אין ציגלנע הײַזער. זייער דאָרף איז געווען דאָס ערשטע אינעם ראַיאָן מיט אַ קליניק און אַן עלעקטרישן גענעראַטאָר. די לערער אין דער אָרטיקער שול פֿירן קלאַסן פֿון פֿראַנצויזיש, מאַטעמאַטיק און וויסנשאַפֿט. פֿאַדיגאַ האָט דערקלערט, אַז „דאָס דאָרף איז געבענטשן און די אָרטיקע אײַנוווינער זענען אויסדערוויילט. למעשׂה, געפֿינט זיך דאָס דאָרף אין אַ סך בעסערן מצבֿ, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע, צוליב אַ גאַנץ קראָרער סיבה. בערך אַ טויזנט „בני-ישׂראל‟, וועלכע וווינען אין פֿראַנקרײַך אָדער אין דאַקאַר, די סענעגאַלער הויפּט-שטאָט, שטיצט כּסדר די דאָרפֿס-לײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.