אינדאָנעזישער פּריז

Indonesian Award

דער פּרעזידענט פֿון אינדאָנעזיע, סוסילאָ באַמבאַנג יודאָיאָנאָ
דער פּרעזידענט פֿון אינדאָנעזיע, סוסילאָ באַמבאַנג יודאָיאָנאָ

פֿון דזשאָש נתן־קאַציס (Forward)

Published May 24, 2013, issue of June 21, 2013.

דזשאַקאַרטע, אינדאָנעזיע. — אינדאָנעזישע מענטשנרעכט-אַקטיוויסטן האָבן אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט קעגן דעם פּלאַן פֿון הרבֿ אַרטור שנײַערס אַמעריקאַנער „אַפּעל-פֿונדאַציע פֿון געוויסן‟, צו געבן דעם אינדאָנעזישן פּרעזידענט אַ פּריז פֿאַר רעליגיעזער פֿרײַהייט. די קריטיקער טענהן, אַז דער מצבֿ אין דער דאָזיקער ספֿערע איז געוואָרן דווקא אַ סך ערגער אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם פּרעזידענט סוסילאָ באַמבאַנג יודאָיאָנאָ.

דער יערלעכער פּריז האָט נישט קיין גרויסע נאַציאָנאַלע ווערט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין אינדאָנעזיע אָבער האָט אַזאַ פּלאַן — אַז אַן אַמעריקאַנער רבֿ קלײַבט זיך צו באַערן זייער פּרעזידענט — אַרויסגערופֿן אַ גאַנצע כוואַליע גאַס-פּראָטעסטן, קריטישע אַרטיקלען אין דער פּרעסע און אויפֿגעבראַכטע אויפֿטריטן פֿון באַקאַנטע מענטשן.

אַנדרעאַס האַרסאָנאָ, אַ פֿאָרשער פֿון דער אָרגאַניזאַציע „אויפֿזיכט פֿון מענטשנרעכט‟ (HRW) אין דזשאַקאַרטע, האָט געמאָלדן, אַז יודאָיאָנאָ האָט אונטערגעריסן די גאַנצע געזעצלעכע אינפֿראַסטרוקטור, וועלכע האָט באַשיצט די מינאָריטעטן פֿון דיסקרימינאַציע. לויטן באַריכט פֿון HRW, האָט די פּאָליטיק פֿון דער איצטיקער רעגירונג געבראַכט צו אַ סך רדיפֿות קעגן די שיִיִטן, אַכמאַדיִאַ-מוסולמענער און קריסטן. דער מלוכה-דעפּאַרטאַמענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט נישט לאַנג צוריק באַמערקט, אַז די אינדאָנעזישע רעגירונג באַשיצט נישט, ווי געהעריק, די רעליגיעזע מינאָריטעטן.

די „אַפּעל-פֿונדאַציע פֿון געוויסן‟, אַ צווישן-רעליגיעזע גרופּע, וועלכע שטעלט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די רעליגיעזע פֿרײַהייט אין דער וועלט, האָט איבערגעגעבן, אַז זי קלײַבט זיך צו באַלוינען דעם פּרעזידענט יודאָיאָנאָ, כּדי צו סטימולירן אים „צו באַשיצן די מענטשנרעכט, רעליגיעזע פֿרײַהייט און די צווישן-רעליגיעזע קאָאָפּעראַציע‟ אין זײַן לאַנד. אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אינדאָנעזישער אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן האָט נישט געענטפֿערט אויף אַ בקשה צו דערקלערן דעם באַשלוס פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע.

אין די לעצטע טעג, האָבן זיבן צײַטונגען אין אינדאָנעזיע פּובליקירט קריטישע אַרטיקלען קעגן שנײַערס פּלאַן. פֿאָרשטייער פֿון די אַכמאַדיִאַ-מוסולמענער און שיִיִטן — מינאָריטעט-גרופּעס, וועלכע לײַדט פֿון רדיפֿות מצד די פֿירנדיקע סוני-מוסולמענער — האָט פֿאַרדאַמט דעם פּריז. דעם 6טן מײַ איז אין דזשאַקאַרטע פֿאָרגעקומען אַ גאַס-פּראָטעסט בײַ דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע קעגן דעם פּריז, און מענטשנרעכט-אַקטיוויסטן האָבן דעם 23סטן מײַ דורכגעפֿירט אַ פּרעסע-קאָנפֿערענץ, כּדי צו דערקלערן זייער קעגנערשאַפֿט צו דעם פּלאַן. פֿראַנץ מאַגניס-סוסענאָ, אַ וויכטיקער פֿאָרשטייער פֿון דער קאַטוילישער קירך אין אינדאָנעזיע, האָט געטענהט, אַז די ייִדישע אָרגאַניזאַציע האָט קודם געמוזט אויסגעפֿינען, וואָס די אינדאָנעזיער אַליין טראַכטן וועגן דעם פּרעזידענט, און ערשט דערנאָך באַטראַכטן, צי ער פֿאַרדינט דעם פּריז.

שנײַער, דער רבֿ פֿון דער מאַנהעטענער מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער „פּאַרק-איסט-שיל‟, האָט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ באַקאַנטן אַקטיוויסט פֿון צווישן-רעליגיעזן דיאַלאָג. אינעם יאָר 2008, האָט דער פּויפּסט בענעדיקט דער זעכצנטער באַזוכט זײַן שיל — צום ערשטן מאָל אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. דער רבֿ האָט געגרינדעט זײַן פֿונדאַציע אין 1965 און דינט ווי איר פּרעזידענט.

שנײַער האָט נישט געענטפֿערט אויף דער בקשה צו דערקלערן די סיטואַציע. זײַן אָרגאַניזאַציע האָט געזאָגט, אַז מע פּלאַנירט צוטיילן דעם פּריז דעם 30סטן מײַ דעם פּרעזידענט יודאָיאָנאָ בעת אַ מאָלצײַט אינעם ניו-יאָרקער „פּיער-האָטעל‟. פֿריִער האָבן דעם זעלבן פּריז באַקומען דער קאַנאַדישער פּרעמיער סטיווען האַרפּער און דער בריטישער פּרעמיער גאָרדאָן בראַון.

אינדאָנעזיע איז דאָס גרעסטע לאַנד אין דער וועלט מיט אַ מוסולעמענישער מערהייט — על-פּי-רובֿ, סוניטן. אַחוץ די אַנדערע מוסולמענישע גרופּעס, וווינען דאָרטן אויך אַ סך קריסטן, הינדוסן און בודיסטן.