וועלאָסיפּעדיסטקעס?

Bikers, Huh?

לאָראַ גלען־הערשי פֿאָרט אין מאַנהעטן אויף אַ געבאָרגענעם וועלאָסיפּעד פֿון „סיטיבײַק‟, דעם 27סט מײַ
Getty Images
לאָראַ גלען־הערשי פֿאָרט אין מאַנהעטן אויף אַ געבאָרגענעם וועלאָסיפּעד פֿון „סיטיבײַק‟, דעם 27סט מײַ

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 28, 2013, issue of June 21, 2013.

ס׳איז פֿאַראַן אַן אַלטער באַקאַנטער רוסישער אַנעקדאָט. איינער אַ שיכּור שרײַט אויף דער גאַס: שלאָגט ייִדן און וועלאָסיפּעדיסטן! אַ צווייטער מענטש קומט צו אים און פֿרעגט, פֿאַרחידושט: „האַ? וואָס האָבן די וועלאָסיפּעדיסטן זיך פֿאַרזינדיקט?‟

לעבנדיק אין רוסלאַנד, וואָלט איך זיך קיינמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז פֿאַר געוויסע מענטשן — און דווקא ייִדן, דערצו זייער פֿרומע — ליגט אין דער לאָגיק פֿונעם דערמאָנטן שיכּור אַ געוויסער שׂכל. מיטוואָך, דעם 22סטן מײַ, האָט די צײַטונג „דיילי-ניוז‟ איבערגעגעבן, אַז די ניו־יאָרקער שטאָטישע אַדמיניסטראַציע האָט באַשלאָסן נישט צו באַטייליקן די חסידישע געגנט אין וויליאַמסבורג אין איר פּראָגראַם „סיטיבײַק‟, וואָס דערמעגלעכט מענטשן צו באָרגן אַ וועלאָסיפּעד און אַרומפֿאָרן אין דער שטאָט.

דעם געבאָרגטן וועלאָסיפּעד קאָן מען איבערלאָזן אויף אַ ספּעציעלער סטאַנציע; אַ גאַנצע נעץ פֿון אַזעלכע סטאַנציעס עפֿנט זיך איצט אין ניו-יאָרק. ענלעכע טראַנספּאָרט-סיסטעמען פֿונקציאָנירן שוין לאַנג אין אַ סך גרויסע שטעט — למשל, לאָנדאָן, פּאַריז, שטאָקהאָלם און מאָנטרעאָל. די טוריסטן און אָרטיקע תּושבֿים קאָנען אָפּשפּאָרן אַ סך געלט, אַרומפֿאָרנדיק מיט אַ ביציקל אַנשטאָט אַ טאַקסי און די שטאָט ווערט ווייניקער באַשמוצט מיט בענזין. אין אייראָפּע זענען די וועלאָסיפּעדן זייער פּאָפּולער.

אינעם לאָנדאָנער חסידישן קוואַרטאַל סטעמפֿאָרד-היל, וווּ עס וווינען אויך אַ סך סאַטמאַרער, זעט מען אַ סך פֿרומע וועלאָסיפּעדיסטן, קינד-און-קייט, פֿון ייִנגלעך ביז 90־יאָריקע זקנים. פֿרומע מיידלעך-וועלאָסיפּעדיסטקעס טרעפֿן זיך אין לאָנדאָן אויך — אָבער, געוויינטלעך, נישט צווישן די חסידים. אין מאָנטרעאָל זעט מען כּסדר ייִדן מיט פּיאות, וואָס פֿאָרן אויף אייגענע וועלאָסיפּעדן אָדער באָרגן זיי אויף ספּעציעלע סטאַנציעס, וועלכע געפֿינען זיך אינמיטן די ייִדישע ראַיאָנען.

איצט האָט אַזאַ וועלאָסיפּעד-סיסטעם זיך דערקײַקלט ביז ניו-יאָרק. דעם 27סטן מײַ האָבן זיך אין דער שטאָט געעפֿנט 330 סטאַנציעס פֿון „סיטיבײַק‟. אַ פֿאָרשטייער פֿונעם טראַנספּאָרט-דעפּאַרטאַמענט האָט איבערגעגעבן, אַז מע האָט אויסגעמיטן דעם חסידישן טייל פֿון וויליאַמסבורג פּשוט צוליב דעם, ווײַל ווייניק מענטשן דאָרטן פֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן. אַ פּאָר סטאַנציעס האָבן זיך אָבער יאָ געעפֿנט נישט ווײַט פֿונעם חסידישן צענטער — אין אַזעלכע ערטער, וווּהין יעדער אָרטיקער חסיד קאָן זיך דערקלײַבן צופֿוס אין אַ פֿערטל שעה.

יצחק אַבֿרהם, אַ סאַטמאַרער אַקטיוויסט, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור אינעם שטאָטישן ראַט און פֿירט זיך אויף ווי אַ וואָרטזאָגער פֿון דער קהילה, האָט פֿריִער געוואָרנט, אַז טאָמער מע וועט אינעם קוואַרטאַל עפֿענען אַ וועלאָסיפּעד-סטאַנציע, וועלן די חסידים פּראָטעסטירן קעגן דעם אויף די גאַסן. אַן אַנדער אָרטיקער ייִד, אַבֿנר פֿריד, האָט געזאָגט, אַז ער וויל נישט זען קיין וועלאָסיפּעד-רייען אין זײַן געגנט, „ווײַל ס׳איז משוגע‟.

נישט ווײַט פֿונעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון וויליאַמסבורג הייבט זיך אָן אַ געגנט, וווּ עס וווינען אַ סך היפּסטערס — אומאָפּהענגיק-טראַכטנדיקע יונגע-לײַט, וועלכע האָבן ליב אַרומצופֿאָרן אויף וועלאָסיפּעדן. דער דאָזיקער ציבור נערווירט שוין לאַנג די חסידים. אומפֿאָרמעל-באַקליידטע מיידלען אין צעריסענע קורצע „דזשינסן‟ מיט טאַטויִרונגען און נאָז-רינגלעך זעען פֿאַר זיי אויס שרעקלעך אומצניעותדיק. דערצו, דרייט זיך אַ געוויסע צאָל יונגע חסידים כּסדר מיט די היפּסטערס און טוען מיט זיי פֿאַרשיידענע זאַכן, וואָס די קהילה וואָלט זיי נישט געלאָזט.

אין דעצעמבער 2009, האָט די ניו-יאָרקער אַדמיניסטראַציע אויסגעמעקט די וועלאָסיפּעד-ליניע אויף בעדפֿאָרד-עוועניו, אינעם סאַמע האַרץ פֿונעם חסידישן וויליאַמסבורג, נאָך אַ ריי שטאַרקע פּראָטעסטן מצד די חסידים. אַ טייל היפּסטערס האָבן געטראַכט צו ענטפֿערן אויף דעם מיט אַ וועלאָסיפּעד-מאַרש האַלב נאַקעטע. למעשׂה, זענען זיי דורכגעפֿאָרן איבער דעם קוואַרטאַל אין שוואַרצע בגדים און מאַסקעס, ווײַל אַ קאַלטער שניייִקער וועטער האָט זיי נישט געגעבן די מעגלעכקייט אויסצופֿירן דעם פּלאַן.

ערנסט גערעדט, זענען נישט בלויז די חסידים געשטימט קעגן די וועלאָסיפּעדיסטן. די אײַנוווינער פֿון אַ צאָל אַנדערע, אינגאַנצן נישט-ייִדישע ראַיאָנען, האָבן נישט לאַנג צוריק אָרגאַניזירט פּראָטעסטן קעגן „סיטיבײַק‟, טענהנדיק, אַז אַ כוואַליע פֿון וועלאָסיפּעדן אויף די גאַסן קאָן אײַנשטעלן קינדער און פֿוסגייער אין אַ סכּנה און וועט שטערן דעם אויטאָ-טראַנספּאָרט. אַ טייל אַנדערע מענטשן האָבן אויך געמאָלדן, אַז די וועלאָסיפּעד־סטאַנציעס מאַכן קאַליע די לאַנג-באַקאַנטע שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן.

ס׳איז קלאָר, אַז די קעגנערשאַפֿט פֿון אַ סך חסידים קעגן די וועלאָסיפּעדיסטן האָט צו טאָן מיט פּראַקטישע סיבות. דער חסידישער וויליאַמסבורג איז פֿול מיט קינדער און אויטאָס. לויט דעם אָרטיקן מינהג, פֿאָרן אַ סך מענטשן אַרום מיטן „קאַר-סערוויס‟ — אַ ביליקער טאַקסי — צומאָל אַפֿילו ווען דער גאַנצער וועג פֿאַרנעמט צופֿוס אַ צען-פֿופֿצן מינוט. אין פֿאַרגלײַך מיט פּאַריז, וווּ ביציקלען, מאָטאָציקלען און אויטאָס פֿאָרן פּאַמעלעך אויף יעדן שריט און טריט אויף די שמאָלע געסלעך פֿונעם ייִדישן „פּלעצל‟, גלײַך צווישן מענטשן מיט קינדער און וועגעלעך, זענען די חסידישע וויליאַמסבורגער נישט צוגעוווינט צו אַזאַ שטייגער.

ס׳איז אָבער אויך קלאָר, אַז נישט ווייניק אָרטיקע פֿרומע אײַנוווינער ווילן נישט זען קיין „שיקסעס‟ אויף וועלאָסיפּעדן, באַציִען זיך פֿײַנטלעך צו זיי און זענען גרייט עפּעס צו טאָן, כּדי זיי אַרויסצושטויסן פֿונעם קוואַרטאַל.

דעם 15טן מאַרץ, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ פּובליקירט מײַן אַרטיקל מיטן נאָמען „סאַטמאַר: דער הײַנטיקער מין ייִדישלאַנד‟, וווּ איך באַטאָן, אַז סאַטמאַר איז, אויף אַ געוויסער מאָס, אַ פּראַקטישע רעאַליזאַציע פֿונעם טעריטאָריאַליסטישן געדאַנק, וואָס האָט אַ סך מעלות. און ס׳איז טאַקע אמת. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זענען אָבער פֿאַראַן צוויי מינים סאַטמאַר — די יחידים און די סיסטעם.

ווען איך האָב אַליין געוווינט אין וויליאַמסבורג, מיט יאָרן צוריק, האָב איך זיך געחבֿרט מיט גאָר פֿרומע, אָבער אומאָפּהענגיקע מענטשן — דער עיקר, „בני-יואל‟, „מלאָכים‟ און בראַצלעווער חסידים פֿונעם סאַטמאַרער שניט (אָדער „ברעסלאָווער‟, הגם דאָס שטעטל הייסט, אין דער אמתן, בראַצלעוו). אַזעלכע מענטשן באַגייען זיך אָן אַ לעבעדיקן רבין און זיי גייט נישט אָן, ווער עס פֿאָרט אַרום אויף וועלאָסיפּעדן און ווי אַזוי זיי זענען אָנגעטאָן. אַ צאָל פֿון מײַנע באַקאַנטע זענען „רבישע אייניקלעך‟, וועלכע שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערע קאַטעגאָריע.

איך קען אויך אַזעלכע חסידים, וואָס פֿלעגן זיך דרייען אין זייער יוגנט צווישן די היפּסטערס. זיי זענען אויך, על-פּי-רובֿ, גאַנץ פּרינציפּיעלע רוחניותדיקע מענטשן, הגם זייער אויפֿפֿירונג אין געוויסע געביטן קאָן שאָקירן די גאָר פֿרומע. די סאַטמאַרער יחידים שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטע וועלט מיט וועלטלעך.

ווען מע באַטראַכט אַ מענטשלעכע גרופּע ווי אַ שטרענג-אָרגאַניזירטע היעראַרכישע סיסטעם, זעט מען אָבער גאָר אַן אַנדער בילד. צוויי קאָנקורירנדיקע סאַטמאַרער מנהיגים, זלמן-לייב און אַהרן טייטלבוים, פּרוּוון ביידע צו קאָנטראָלירן די קהילה. ס׳זעט אויס, אַז געוויסע עסקנים און קהילה-אָרגאַניזאַציעס שטרעבן צו אימפּאָרטירן קיין אַמעריקע דעם גײַסט פֿון די ארץ-ישׂראלדיקע פּאָליטיזירטע חרדים, וועלכע מיינען, אַז זיי האָבן דאָס רעכט צו קאָמאַנדעווען און דיקטירן די אָרדענונג אַפֿילו דער נישט-ייִדישער און וועלטלעכער באַפֿעלקערונג.

דער אַלטער סאַטמאַרער רבי, יואל טייטלבוים זצ״ל, האָט געהאַלטן, אַז די תּורה פֿונעם בעל-שם-טובֿ איז אין הײַנטיקע דורות „פֿאַרגעסן געוואָרן‟. פֿון אַ טייל חסידים, וואָס געהערן צום דערמאָנטן אומאָפּהענגיקן שניט, האָב איך געהערט אַן אָפּטײַטש, וועלכער איז מיר געפֿעלן געוואָרן. לויט דעם סאַטמאַרער רבין, קאָן מען די תּורה פֿונעם הייליקן בעל-שם-טובֿ הײַנט נישט געפֿינען צווישן די לעבעדיקע מנהיגים, וועלכע האָבן זי טאַקע פֿאַרגעסן. זי שטעקט נישט אין דער קהילה-סיסטעם, נאָר אין די ספֿרי-חסידות, אַמאָליקע גרויסע צדיקים און בײַ יעדן באַזונדערן חסיד אין דער נשמה. ס׳קאָן זײַן, אַז אין די וועלאָסיפּעדיסטקעס שטעקן מער „בעל-שמסקע‟ פֿינקלעך פֿון קדושה, ווי אין די איבעריקע חומראות און תּקנות.