דער סאָוועטישער היסטאָריקער מיכאַיִל פּאָקראָווסקי האָט געטענהט, אַז „די געשיכטע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פּאָליטיק, איבערגעקערט אין עבֿר‟.
אין רוסלאַנד האָבן די סאָציאָלאָגיש אויסגעפֿרעגטע לײַט אָנגערופֿן לעאָניד ברעזשנעוון ווי דעם בעסטן פֿירער פֿון זייער לאַנד. זינט 1982, ווען ברעזשנעוו איז געשטאָרבן, זײַנען שוין אַדורך אַריבער דרײַ יאָרצענדליק. דאָס הייסט, אַז אַפֿילו אַ 40־יאָריקער רוס געדענקט יענע צײַטן זייער נעפּלדיק. און דאָך האַלט מען, אַז בימי ברעזשנעוו איז דאָס לעבן געווען גוט. מע האַלט אַזוי, פֿאַרשטייט זיך, אויפֿן פֿאָן פֿון הײַנטיקן לעבן.
איך געהער צו דעם דור, וואָס געדענקט דווקא זייער גוט די 18 יאָר פֿון „ברעזשנעווס תּקופֿה‟. קיין שרעקלעכע יאָרן זײַנען זיי, בלי-ספֿק, ניט געווען. די מורא, וואָס האָט געהערשט אין סטאַלינס צײַטן, איז, אין אַ היפּשער מאָס, אַוועק. זי האָט גענומען אַוועקגיין נאָך אין ניקיטאַ כרושטשאָווס יאָרן, וועלכע מע האָט באַשריבן ווי די „אָדליגע‟ נאָכן סטאַליניסטישן ווינטערדיקן פֿראָסט. דאָך, איז קיין ריכטיקער פֿרילינג נאָך דער אָנליגע קיין מאָל ניט געקומען. מע איז פֿאַרבליבן אין דער סליאָטע אַזש ביז די סוף 1980ער. אפֿשר צוליב דעם פֿלעגט מען אַראָפּנעמען שיך בײַם אַרײַנקומען אין אַ פּריוואַטער דירה. אויף דער שוועל פֿלעגט מען אַזוי אַרום איבערלאָזן ניט נאָר די פֿאַקטישע בלאָטע, אָבער אויך די מעטאַפֿאָרישע, דרויסנדיקע. די סליאָטע איז געווען אויך אין אונדזערע מוחות. די געזעלשאַפֿט איז געוואָרן ציניש. די איינציקע זאַך, צו וועלכער מע האָט זיך בדרך-כּלל באַצויגן מיט דרך-ארץ, איז געווען די העלדישקייט אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
עס זײַנען דאָ מענטשן, וואָס קענען אָפּלעבן אַלע זייערע יאָרן אין אַ בלאָטע, און גלײַך ווי עס אַרט זיי ניט. מע קומט אַהיים, מע נעמט אַראָפּ די שיך, מע וואַשט זיך אויס, און מע פֿילט זיך באַקוועם און געמיטלעך אין דער שטוביקער ציכטיקייט. אַנדערע מענטשן, אָבער, חלומען וועגן אַ ציכטיקייט — אי פֿאַר די פֿיס, אי פֿאַר דער נשמה — אויך אין דרויסן. די סאָוועטישע ייִדן האָט דער גורל געגעבן אַ פּראַקטישע רעאַליזאַציע פֿון זייערע חלומות, דהײַנו: די עליה פֿאַר ריכטיקע בעלי-חלומות און פּשוט עמיגראַציע פֿאַר מער צינישע לײַט.
פֿאַר מיר זײַנען די יאָרן פֿון ברעזשנעווס ממשלה, אָדער, פּינקטלעכער, פֿון זײַן גענעראַל-סעקרעטאַרישקייט, געווען יאָרן פֿון חלומות. כ’האָב נאָך אַלץ אַן אײַנדרוק, אַז איך האָב אָנגעהויבן באמת לעבן נאָר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1980ער. אָבער ס’רובֿ רוסישע תּושבֿים ווילן זיך אומקערן צוריק, אין די יאָרן פֿון דעם קאָלעקטיוון לעטאַרגישן שלאָף. אַ סבֿרא, אַז אַ סך פֿון זיי האָבן זיך פֿון דעם שלאָף קיין מאָל ניט אויפֿגעוועקט. נאָך מער: זיי האָבן געבראַכט אויף דער וועלט פֿאַרשלאָפֿענע קינדער.
* * *
אין אינטערנעץ און אינעם „פֿאָרווערטס‟ (ל. בורקאָ, מײַ 24, „די ייִדישקייט פֿון ׳ייִדישקייט׳‟) האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ צאָל סקעפּטישע צי אַפֿילו נעגאַטיווע אַרויסזאָגונגען וועגן דער איניציאַטיוו פֿון ראָב אַדלער-פּעקעראַר, פֿון דער לאָס-אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטור-אָרגאַניזאַציע „ייִדישקייט‟, צו פֿירן יונגע ייִדן קיין אייראָפּע, כּדי ווײַזן זיי, וווּ און ווי אַזוי ייִדן האָבן דאָרטן געלעבט און לעבן הײַנט. אייניקע קוקן אויף דעם ווי אויף אַ משוגעת, אַנדערע זעען אין אַזעלכע רײַזעס אַ פּרוּוו צו „בײַטן די געשיכטע‟. ראָב האָט געשריבן, אַז זײַן אידעע רופֿט ניט אַרויס קיין ענטוזיאַזם בײַ די ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס, ווײַל אַזוי וועלן די יונגע לײַט זיך דערוויסן ווייניק וועגן ישׂראל און דעם חורבן. די צײַטונג „לאָס אַנדזשעלעס טײַמס‟ האָט באַשריבן עס ווי אַ „טיף סובווערסיווע אידעע‟ (deeply subversive idea). אַלען נאַדלער, דער געוועזענער אַקאַדעמישער פֿירער פֿון ייִוואָ, האָט זיך אַרויסגעזאָגט זייער קלאָר: „עס פֿילט זיך עפּעס באמת קרענקלעכס אין די באַמיִונגען איבערצושרײַבן די ייִדישע געשיכטע און צו ווײַזן, אַז די וועלטלעכע ייִדישקייט איז אַ מאָל געווען אַ נאָרמאַטיווע פֿאָרעם פֿון ייִדישער אידענטיטעט.‟
אַ מאָדנע זאַך, יאָר-אײַן יאָר-אויס גיי איך אין ייִוואָ און לייען דאָרטן מאַטעריאַלן טאַקע פֿון דער צײַט, ווען ייִדישקייט האָט מען פֿאַרשטאַנען ווי אַ וועלטלעכע פֿאָרעם פֿון לעבן. איך רעד שוין ניט וועגן די קאָמוניסטישע סבֿיבֿות. די סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס‟, „אַרבעטער-רינג‟, ייִדישע יוניאָנען איז זיכער געווען אַ וועלטלעכע. הייסט עס אַז זיי זײַנען געווען שלעכטע ייִדן? און די קיבוצניקעס זײַנען אויך געווען האַלב-געבאַקענע ייִדן? און וואָס זאָל מען טאָן מיט דער סטאַטיסטיק פֿון Gallup, וואָס ווײַזט, אַז נאָר 38 פּראָצענט ייִדן באַשרײַבן זיך ווי רעליגיעזע?
איך מיין, אַז ראָב אַדלער-פּעקעראַר טוט אַ וויכטיקע אַרבעט. אַ דורכשניטלעכער הײַנטיקער ייִדישער סטודענט ווייסט (ווייך געזאָגט) זייער ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן לעבן אין אייראָפּע. די מאַפּע פֿון אייראָפּע איז פֿאַר זיי ענלעך אויף דער מאַפּע פֿון דער לבֿנה. איך האָב ניט לאַנג צוריק געפֿרעגט אין קלאַס, וועלכע אייראָפּעיִשע לענדער האָבן געהערט צום קאָמוניסטישן בלאָק, געווען סאַטעליטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער ענטפֿער איז געווען: „ליטע‟. אַגבֿ, אַלע סטודענטן האָבן שוין געהאַט באַזוכט אין פּוילן אוישוויץ, אָבער וועגן דעם ייִדישן און ניט-ייִדישן לעבן אין פּוילן ווייסן זיי גאָרנישט.
איך האָף, אַז עס וועט זיך געפֿינען אַ שׂכלדיקער ספּאָנסאָר, און די פּראָגראַם, איניציִיִרט דורך ראָב אַדלער-פּעקעראַר, וועט זיך ניט אָפּשטעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.