הרצליה, ישׂראל. — אַן אימיגראַנט, וועלכער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל און קען נאָך נישט רעדן העברעיִש, האָט געטענהט, אַז ווען ער וואַרט אין אַ ריי, כּדי עפּעס צו קויפֿן אין אַ קראָם, און די אָרטיקע מענטשן קריכן צו דער קאַסע איבער די קעפּ, קאָן ער אויף זיי נישט אָשרײַען, ווײַל ער קען נישט די שפּראַך. די צײַטונג „האָרץ‟ האָט דעם 24סטן מײַ דערציילט, אַז אַזעלכע טענות ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט אויף אַ נײַעם בלאָג מיטן נאָמען „פּראָבלעמען פֿון די עולים‟ (Oleh Problems): //olehproblems.blogspot.com/
אַן אַנדער טענה: „דו זיצסט אין דער היים און פּלוצעם הערסטו אין דרויסן אַ סירענע, מיינענדיק, אַז דאָס איז אַ וואָרענונג וועגן אַ לופֿט-אַטאַק; עס זעט אָבער אויס, אַז דו ביסט דער איינציקער מענטש אינעם לאַנד, וואָס ווייסט נישט, אַז דאָס איז בלויז אַ טרעניר-סיגנאַל‟. די מחברים פֿונעם בלאָג, ברעט רודאָלף און יהודה גוטמאַן, זענען ביידע געקומען קיין ישׂראל פֿון קאַנאַדע און לערנען זיך אינעם צווישן-דיסציפּלינאַרן צענטער אין הרצליה (IDC Herzliya) — אַ פּריוואַטער אינסטיטוט, וואָס לייגט פֿאָר אַ העכערע בילדונג אין פֿאַרשיידענע געביטן.
בײַם אָנהייב, האָבן רודאָלף און גוטמאַן געשאַפֿן דעם בלאָג ווי אַ סטודענטישן פּראָיעקט, כּדי צו פֿאַרווײַלן זיך און צו ווײַזן עס זייערע חבֿרים. באַלד האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז פֿאַר טויזנטער עולים זענען אַזעלכע טעמעס שוין לאַנג אָנגעווייטיקט. יעדן טאָג באַזוכן די וועבזײַט ביז 100 נײַע מענטשן. גוטמאַן — אַ 20־יאָריקער יונגער-מאַן, וועלכער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל אינעם יאָר 2011, האָט דערקלערט, אַז די נײַע אימיגראַנטן מוזן האָבן אַן אינטערנעץ-טריבונע, וווּ זיי קאָנען אויסדריקן די פּראָבלעמען, אויף וועלכע זיי שטויסן זיך אָן אינעם נײַעם לאַנד, און צו פֿאַרשטיין, אַז אַנדערע עולים טרעפֿן זיך אָן אויף די זעלבע סיטואַציעס.
יונגע עולים האָבן שוין לאַנג דערציילט אין פֿאַרשיידענע בלאָגן און סאָציאַלע נעצן וועגן שוועריקייטן פֿונעם ישׂראלדיקן לעבן. איין גרופּע אויפֿן „פֿייסבוק‟ האָט, צום בײַשפּיל, צונויפֿגעשטעלט „די ישׂראלדיקע שוואַרצע ליסטע‟ פֿון פֿירמעס, וועלכע לייגט פֿאָר אַ געמיינע באַדינונג, לויט די סטאַנדאַרטן פֿון די ענגליש־רעדנדיקע אימיגראַנטן. די שאַפֿער פֿונעם נײַעם בלאָג ווײַזן אָן אויף אַזעלכע פּראָבלעמען אויף אַן אוניקאַלן הומאָריסטישן אופֿן, ווי עס האָט דערציילט דובֿבֿ גאָלדשטיין, וועלכער האָט דורכגעפֿירט אין IDC Herzliya דעם קורס פֿון מעדיאַ-קאָמוניקאַציעס, פֿאַר וועלכן רודאָלף און גוטמאַן האָבן געשאַפֿן זייער בלאָג.
גאָלדשטיין האָט צוגעגעבן, אַז דער פּראָיעקט איז אַ גוטער מוסטער פֿון דעם, ווי אַזוי אַן ערנסטע טעמע, אויב מע באַהאַנדלט זי אויף אַ געראָטענעם שטייגער, קאָן צוציִען דעם עולם אָן קיין בודזשעט און מאַרקעטינג-מיטלען. דערווײַל ווערן אויפֿן בלאָג באַהאַנדלט, דער עיקר, די פּראָבלעמען פֿון אימיגראַנטן, וועלכע קומען פֿון פֿאַרמעגלעכע מערבֿדיקע משפּחות; איין טענה באַשטייט, צום בײַשפּיל, אין דעם, וואָס אַ טייל מענטשן נעמען אויף די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט ווי אַ קולטורלאָזע און חוצפּהדיקע, און האָבן מורא, אַז זייערע קינדער וועלן אויך דערצויגן ווערן אין ישׂראל ווי גראָבע יונגען.
נישט געקוקט אויף דעם הומאָריסטישן טעם פֿונעם בלאָג, הערן צומאָל אויס זײַנע גרינדער טענות פֿון מענטשן, וועלכע באַשולדיקן זיי אין שטיצן אַנטי-ישׂראלדיקע שטימונגען. רודאָלף, אַ 24־יאָריקער אימיגראַנט, וועלכער האָט באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט אינעם יאָר 2008, האָט אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע טענה און דערציילט, אַז זיי ווילן פּשוט שאַפֿן אַן אינטערנעץ-אָרט, וווּ די עולים קאָנען פֿאַרגלײַכן און באַטראַכטן זייער דערפֿאַרונג. אין דער צוקונפֿט, פּלאַנירט ער, בשותּפֿות מיט גוטמאַנען, אָנהייבן נישט בלויז צו קריטיקירן די אימיגראַנטישע פּראָבלעמען, נאָר אויך צו לאָזן די לייענער אויפֿטרעטן מיט מעגלעכע פּראַקטישע עצות, ווי אַזוי מע וואָלט געקאָנט זיי לייזן.
צום בײַשפּיל, האָט עריק בעלקאָף, געבוירן אין לאַס-וועגאַס, זיך נישט לאַנג צוריק דערוווּסט וועגן דעם בלאָג און דערציילט, ווי אַ באַאַמטער פֿונעם אינערן-מיניסטעריום האָט פֿאַרשאַפֿן פּראָבלעמען מיט זײַנע ישׂראלדיקע דאָקומענטן צוליב דעם, וואָס ער האָט נישט געגלייבט זײַנע אויפֿווײַזן, אַז ער איז אַ ייִד. בעלקאָף האָט אָפּגעשיקט זײַנע דאָקומענטן נאָכאַמאָל קיין ירושלים, אָפּגעוואַרט דרײַ וואָכן, און נאָך אַלץ נישט באַקומען קיין ענטפֿער. ער האָט דערציילט, אַז ווען ער איז געווויר געוואָרן אויף דעם בלאָג וועגן אַן אַנדער מענטש, וועלכער האָט זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַן ענלעכער פּראָבלעם, האָט ער זיך באַרויִקט, ווײַל ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַזעלכע סיטואַציעס אינעם ביוראָקראַטישן אַפּאַראַט פֿונעם אינערן-מיניסטעריום זענען נישט קיין נאָווינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.