דער שרײַבער האַרלי ראָטבאַרט האָט דערציילט אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז דאָס אָרט, וווּ זײַן שנור האָט דעם הײַנטיקן דינסטיק, דעם 28סטן מײַ, באַקומען איר דיפּלאָם פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט — דער „זאַל אויפֿן נאָמען פֿון אַווערי פֿישער‟ בײַם מאַנהעטענער „לינקאָלן-צענטער‟ — איז פֿאַר אים פֿאַרבונדן מיט זייער רירנדיקע פּערזענלעכע זכרונות.
ראָטבאַרט איז אַ קינדער-דאָקטער און אַ פּראָפֿעסאָר, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ צאָל באַקאַנטע ביכער וועגן קינדער-דערציִונג און דינט ווי אַן עצה-געבער בײַם אַמעריקאַנער זשורנאַל „Parents‟ („עלטערן‟). ווי ער דערציילט אויף דער וועבזײַט פֿון דער צײַטונג, האָט ער באַקומען זײַן מעדיצינישן דיפּלאָם פֿונעם קאָרנעל-אוניווערסיטעט אויך אין מײַ, אינעם יאָר 1979. די צערעמאָניע איז פֿאָרגעקומען אין איינעם פֿון די אוידיטאָריעס בײַם „לינקאָלן-צענטער‟. זײַנע עלטערן און ייִנגערע ברידער, זענען ספּעציעל אָנגעקומען פֿון דענווער, שטאַט קאָלאָראַדאָ, כּדי צו זען, ווי זייער זון און ברודער באַקומט דעם דיפּלאָם און נעמט אָן היפּאָקראַטס שבֿועה, ווערנדיק אַ דאָקטער.
זײַן טאַטע האָט איבערגעלעבט אוישוויץ; דעם טאַטנס שוועסטער און טאַטע-מאַמע זענען אומגעקומען אין קאָנצענטראַציע-לאַגערן. די נאַציס האָבן באַשלאָסן, אַז ער איז גענוג שטאַרק פֿאַר צוואַנג-אַרבעט — דערפֿאַר האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו דערלעבן ביזן טאָג, ווען מע האָט באַפֿרײַט אוישוויץ.
ווען ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע פֿון פּוילן, מיט אַ טאַטויִרטן נומער פֿון אַ געוועזענעם קאַצעטניק, און האָט זיך באַזעצט אין דענווער, האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ פּשוטער בלומען-הענדלער. זײַן ערשטער וויזיט קיין ניו-יאָרק, אויף זײַן זונס גראַדויִר-צערעמאָניע, האָט אויף אים געמאַכט אַ שטאַרקן רושם. קיינמאָל פֿריִער האָט ער נישט געזען אַזעלכע ריזיקע בנינים, די „סטאַטוע פֿון פֿרײַהייט‟ און דעם בראָדוויי מיט בלומען-קרעמלעך אויף יעדן ווינקל.
די שול אין זײַן פּויליש שטעטל קלאָדאָווע, האָט ער נישט פֿאַרענדיק צוליב דער נאַצי-אָקופּאַציע, און אין אַמעריקע איז אים דער קאָפּ שוין צום לערנען זיך נישט געלעגן. אויף ענגליש האָט ער גערעדט מיט אַ שטאַרקן אימיגראַנטישן אַקצענט. הגם ער איז געוואָרן דער בעסטער מומחה אין זײַן פֿאַך און האָט אַרויסגעוויזן אַן אומגעוויינטלעכן טאַלאַנט אין באַהאַנדלען די בלומען, האָט ער זיך נאָך אַלץ געפֿילט ווי אַן עמאָציאָנעל צעבראָכענער און איבערגעשראָקענער מענטש אין אַ פֿרעמד לאַנד.
ראָטבאַרט האָט דערציילט, אַז ווען ער האָט באַקומען זײַן דיפּלאָם, צוזאַמען מיט הונדערטער אַנדערע יונגע דאָקטוירים, באַגלייט מיט זייערע עלטערן, פֿרײַנד און פּראָפֿעסאָרן, מיט מוזיק און אַפּלאָדיסמענטן, האָט אינעם זאַל פֿונעם „לינקאָלן-צענטער‟ געהערשט אַ טריומפֿאַלע אַטמאָספֿער. נאָך די באַגריסונגען פֿון זײַן מאַמען און ברודער, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן אַ זשורנאַליסט, האָט ער זיך אויסגעדרייט צום טאַטן, וועלכער איז געפֿאַלן אויף די קני און זיך הויך צעוויינט, ציטערנדיק מיטן גאַנצן גוף.
דער פֿאַרזאַמלטער עולם האָט זיך אומגעקוקט, שטאַרק פֿאַרחידושט. ווי דער געוועזענער קאַצעטניק האָט שפּעטער דערציילט, האָט ער דעמאָלט גאָרנישט געזען אַרום זיך. דער יונגער דאָקטער האָט זיך אַראָפּגענידערט אויף זײַנע קני צום טאַטן; זיי האָבן זיך אַרומגענומען דעם זון און ביידע געוויינט. מענטשן אינעם זאַל האָבן אָנגעהויבן פֿאָטאָגראַפֿירן די אומגעוויינטלעכע סצענע.
שפּעטער, האָט דער דאָקטער פֿאַרשטאַנען, וואָס ס׳איז געשען. ערשט ווען דער טאַטע האָט דערזען, ווי זײַנע קינדער באַקומען זייערע דיפּלאָמען, האָט ער זיך דערפֿילט אמתדיק באַפֿרײַט פֿונעם קאָנצענטראַציע-לאַגער. ער האָט מער נישט געפֿילט, אַז ער איז נאָך אַלץ אַ קאַצעטניק, וואָס גייט אַרום מיטן אַרעסטאַנט-שטעמפּל נומער 142178 אויף זײַן האַנט. אין אַ יאָר אַרום, אויך אין דער זעלבער צײַט פֿונעם יאָר, האָט האַרלי ראָטבאַרטס ייִנגערער ברודער, באַקומען זײַן זשורנאַליסטישן דיפּלאָם. אין צוויי יאָר אַרום איז זייער טאַטע געשטאָרבן פֿון ראַק. פֿאַר זײַנע קינדער זענען אַזעלכע גראַדויִר-געשעענישן אויף אייביק געבליבן פֿאַרבונדן מיט אָנדענק פֿון זייער טאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.