אין משך פֿון מער װי פֿופֿצן יאָר פֿירט דער מאָסקװער צענטער פֿאַר שטודיעס פֿון דער ייִדישער ציװיליזאַציע, „ספֿר‟, דורך קאָנפֿערענצן, װוּ עס קומען זיך צונױף פֿאָרשער פֿון ייִדישער און סלאַװישער קולטור. זײ רעדן אַרום פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון בײדע קולטורן, װאָס האָבן עקזיסטירט אין משך פֿון יאָרהונדערטער אײנע לעבן דער אַנדערער. דאָס נײַסטע זאַמלבוך פֿון דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ־סעריע באַטראַכט די באַגריפֿן פֿון חכמה, קדושה און צדקה, װאָס האָבן טראַדיציאָנעל פֿאַרנומען אַ חשובֿ אָרט אי בײַ ייִדן, אי בײַ זײערע סלאַװישע שכנים.
מען װײסט אַװדאי, אַז ייִדן האָבן געהאַט אַ סך דרך־ארץ פֿאַר זײערע חכמים. דערבײַ האָבן זײ געהאַלטן, אַז עס איז ניטאָ קײן חכמה אָן תּורה. אײניקע מיזרח־אײראָפּעיִשע רבנים האָבן שטאַרק חושד געװען די „חכמת ערלים‟ — קריסטלעכע טעאָלאָגיע אָדער גריכישע פֿילאָסאָפֿיע. אָבער עס איז מערקװירדיק, אַז די פּױלישע קעניגן האָבן יאָ געשאַצט די ייִדישע חכמים. װי עס שרײַבט װיקטאָריאַ מאָטשאַלאָװאַ, איז די לובלינער ישיבֿה אָפֿיציעל אָנערקענט געװאָרן, באַגלײַך מיט די קריסטלעכע סעמינאַרן, און איר ראָש, ר׳ מהרש״ל (ר׳ שלמה לוריא, 1510 — 1573) האָט געטראָגן דעם טיטול פֿון „רעקטאָר‟.
מהרש״ל און רמ״אָ (ר׳ משה איסרליש) האָבן פֿאָרגעשטעלט צװײ פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן לגבי דער חכמה פֿון די אומות־העולם. מהרש״ל האָט באַשולדיקט זײַן ייִנגערן קאָלעגע אין פֿרײַדענקערישער טאָלעראַנץ פֿון גריכישער פֿילאָסאָפֿיע. יענער האָט זיך פֿאַררופֿן אױף רמב״ם און געטענהט, אַז די ניט־ייִדישע חכמים העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטײן די „נאַטור פֿון דער װעלט‟. נאָך מער אָפֿן זײַנען געװען אײניקע ליטװישע קאַראַיִמער, װאָס האָבן זיך צומאָל אַרײַנגעלאָזט אין װיכּוחים מיט קריסטלעכע טעאָלאָגן.
די שפּעטערע חסידישע צדיקים, בפֿרט ר׳ נחמן פֿון בראַסלעװ, האָבן חושד געװען די װעלטלעכע חכמה און שטאַרק געהאַלטן פֿון פּשטות. צומאָל אָבער האָבן אַפֿילו די צדיקים געקאָנט זיך אָנלערנען אַ שטיקל חכמה בײַ די פּראָסטע פּױערים. אַזאַ מין בײַשפּיל געפֿינט מען אין די חסידישע מעשׂיות. און אַ סך מער מעשׂיות דערצײלן װעגן קריסטן, סײַ פּראָסטע פּױערים און סײַ רײַכע פּריצים און אַפֿילו קעניגן, װאָס װענדן זיך צו ייִדישע צדיקים נאָך אַן עצה און װערן געהאָלפֿן.
װאַרװאַראַ דאָבראָװאָלסקאַיאַ פֿאָרשט די קעגנזײַטיקע סטערעאָטיפּן פֿון ייִדן און רוסן הײַנט־צו־טאָג. זי באַמערקט, אַז אינעם קאָלעקטיװן באַװוּסטזײַן פֿונעם רוסישן פֿאָלק האָבן די ייִדן אַ שם װי „אַ פֿאָלק אַ חכם‟. דערבײַ נעמט דער באַגריף פֿון „חכמה‟ אַרײַן עטלעכע עלעמענטן: קלוגשאַפֿט, בילדונג, שטאַרקער כּוח־הזכּרון. די ייִדן, להיפּוך, האַלטן ניט, אַז רוסן זײַנען חכמים. אין זײערע אױגן זײַנען גוטע רוסן אָפֿטמאָל גוטהאַרציק, אָבער פּראָסטע מענטשן. פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט דאַרף אַ גוטער רוס זײַן ניט קײן שיכּור, טאָן מעשׂים־טובֿים און זאָרגן זיך װעגן קראַנקע און אָרעמע, און דערצו זײַן אַ גלױביקער קריסט.
צװישן די בוקאָװינער פּױערים איז פֿאַרשפּרײט דער מינהג פֿון קומען צו אַ ייִדישן רבֿ נאָך הילף. מען גלייבט, אַז „ייִדן זײַנען נענטער צו גאָט‟, און דערפֿאַר האָבן זײערע רבנים אַ שטאַרקערן כּוח אײדער די קריסטלעכע גלחים. אינטערעסאַנט, װאָס די דאָזיקע גלױבענישן בלײַבן גאַנץ פֿאַרשפּרײט עד־היום, הגם די צאָל ייִדן אין בוקאָװינע און בעסאַראַביע איז גאַנץ קלײן.
װי עס שרײַבן די מאָסקװער עטנאָגראַפֿן יעקאַטערינאַ לאַזאַרעװאַ און עלינאַ יופֿה, גײט מען צום רבֿ מיט כּלערליי צרות און בקשות. אײן פֿרױ, למשל, האָט אַ דאַנק דעם רבֿס עצה, באַקומען צוריק דאָס האָב־און־גוטס, װאָס מען האָט בײַ איר צוגעגנבֿעט. אָפֿטמאָל קומען די אוקראַיִנישע אָדער בעסאַראַבער פּױערים צום רבֿ פֿאַר אַ ברכה. בפֿרט דער קעשענעװער רבֿ שמט מיט זײַן „שטאַרקער ברכה‟, װאָס ער האָט כּלומרשט באַקומען פֿונעם ליובאַװיטשער רבין. דער טשערנאָװיצער רבֿ גיט זײַנע קריסטלעכע באַזוכער ברכות מיט אַמולעטן. סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן ברענגען קװיטלעך אױף די קבֿרים פֿון צדיקים. צװישן די קװיטלעך געפֿינט מען אַ סך מעדיצינישע רעצעפּטן — אַ סבֿרה, אַז מען בעט אַ רפֿואה.
די ייִדישע תּפֿילה האָט אױך אַ שטאַרקע קראַפֿט אין די אױגן פֿון ניט־ייִדן, שרײַבט סװעטלאַנאַ אַמאָסאָװאַ. מען גלייבט, אַז די ייִדן לײגן תּפֿילין, כּדי צו בינדן זיך בעתן דאַװענען און ניט טראַכטן װעגן זײַטיקע זאַכן. עס איז אױך װיכטיק פֿאַר קריסטן, אַז די ייִדן האָבן ניט קײן איקאָנעס אין זײערע שילן. אַנשטאָט דעם, דאַװענען די ייִדן פֿאַרן טעקסט, אַ ספֿר־תּורה אָדער אַ מזוזה, װאָס שאַפֿט אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג מיט גאָט. כּסדר האָט מען מער דרך־ארץ און פּחד פֿאַר ייִדישע רבנים, אײדער פֿאַר אײגענע קריסטלעכע גלחים. ביז הײַנט געדענקען נאָך אײניקע עלטערע תּושבֿים פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך אין אוקראַיִנע די אַלטע חסידישע צדיקים, װאָס האָבן געלעבט דאָרטן פֿאַר דער מלחמה. אײן פֿרױ האָט דערצײלט װי דער צדיק אינעם שטעטל בורשטין אין גאַליציע האָט זי קינדערהײט אױסגעהײלט פֿון בלינדקײט.
גאָר אינטערעסאַנט זײַנען די פֿאָלקס–גלױבענישן װעגן די סיבות פֿונעם חורבן. אײניקע מענטשן גלייבן, אַז די ייִדן און דײַטשן זײַנען אַ מאָל געװען װי ברידער, װײַל זײערע שפּראַכן זײַנען ענלעך. דערנאָך אָבער האָבן די דײַטשן פֿײַנט באַקומען די ייִדן, װײַל יענע זײַנען געװען קליגער פֿאַר זײ. אַנדערע גלייבן, אַז דער װאָרצל פֿונעם חורבן ליגט אין דער שולד פֿון ייִדן פֿאַרן קרײצן יעזוסן; און דערפֿאַר האָבן די ייִדן ניט דערװיזן קײן װידערשטאַנד װען די דײַטשן האָבן זײ דערהרגעט.
די נײַע עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען דערװײַזן, אַז ייִדן און זײערע סלאַװישע שכנים האָבן גוט געקענט אײנער דעם אַנדערן. זײערע קעגנזײַטיקע קאָנטאַקטן זעט מען אין פֿאַרשידענע געביטן, פֿון טאָג־טעגלעכן משׂא־ומתן ביז צו אַבסטראַקטע רעליגיעזע באַגריפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.